[דער יידישער פארברענג] טרעפ ט ג-ט און ווערט א מיליאנער!

24 views
Skip to first unread message

ะัูู้

unread,
Jan 7, 2005, 9:56:22 AM1/7/05
to yidisher...@googlegroups.com
4bk.godexist


אין ליכט פון די צונאמי פארפלייצונג חגאנען אלע וויסטע "קטלא קניא'ס" אויף דער וועלט, מיט זייער טריאומפ אז ענדליך האט זיך באוויזן אז ג-ט איז א רוצח רח"ל.

קומט "אחר", וואס ער איז אויך אן אפיקורס, באט ער האט נישט די ביטערקייט און נעגעטיווער שנאה צום לעבן ווי קטלא קניא, ער לייגט אריין א נידל צו פלאצן דעם גאנצן באלון פון שקר וואס קטלא קניא האט אויפגעבלאזן, כאילו מיר קענען זיך נישט איבערקומען פון די גרויסע צער פון די גוים וואס זענען פארפלייצט געווארן דארטן אין אזיע און מיר האבן דעריבער פייינט ג-ט צוליב דעם. ער האט א פאויל ווי איר קענט שטימען אייערע עכטע געפילן, און לויט ווי סקוקט אויס גייט קיינעם נישט אן דער צונאמי.

אלזא אחר קומט צו זיין אלטן מסקנא אז ג-ט איז נישט קיין שלעכטער, ער איז נישט קיין נעגעטיווער בוגי-מען וואס וויל אייך דערביטערן דאס לעבן, ווי די אלע פארקוועטשטע חרדישע קטלא'ס ווילן אים אראפמאלן. ער טוט פשוט און פראסט נישט עקזעסטירן.

דער באגריף פון א "ג-ט" איז א פאנטאזיע אויסגעטראכט פון אפאר דארפישע צוריקגעשטאנענע שטערן זעהר, ווי אונזער זיידע אברהם אבינו ע"ה, וואס זענען געווארן ענטוזיאסטיש פון אזא פארביגע אוטויאפישער אילוזיע פון א באשעפער וואס וויל טאן גוטס מיט זיינע באשעפענישן, און זיך ארויסגעלאזט אויף א היסטארישען קאמפ קעגן עבודה זרה'ס, פון שטיינער און "טייטלביימער" וואס מאכן אייך ביטער דאס לעבן, און אנשטאט צו פארשפרייטן ג-ט'ס ליכטיקייט און זיין חסד מיט אונז יעדע סעקונדע וואס מיר אטעמען.


היינט צוטאגס דארף דער קאמפ ווייטער אנגיין, ליידער ליידער זענען מיר דערטראנקן אין א מבול פון עבודה זרה, מען איז פאריאגט און פארפלאגט צו צאלן די חובות, מהאט צופיל נארישע דאגות צו קענען געהעריג דינען דעם באשעפר, מען זינגט צו רעביס און אנשטאט צו אים, איך רעדט שוין נישט פון די נארישע אהרונים מיט פאפא און סקווירא, לובאוויטשע און ברסלעווע וואס קאכן זיך אין די אינטערעסע פון פארטייען אנשטאט אין די אייגענע אינטערעסע פון לעבן, מען ווערט איבערגענומען פון די שלעכטקייט פון די וועלט און נארישקייטן פון די באשעפעניש. מיר דארפן דאס אויסרייסן מן השורש, און פאשפרייטן די גוטסקייט פון די בריאה, די גליקליכקייט פון לעבן, דאן וועלן מיר זיין פרייליך און צופירדן ווי א מיליאנער!




--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 1/7/2005 09:23:40 AM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages