[דער יידישער פ ארברענג] ראטען

34 views
Skip to first unread message

ะัูู้

unread,
Jan 16, 2005, 11:31:20 AM1/16/05
to yidisher...@googlegroups.com
איך ווייס נישט זייער ציל פון לעבן.

אבער איין זאך ווייס איך אז מקען נישט גענוג אראפשרייבן ווי טיעף דער מענטשהייט האסט זיי.

נישט ווייל זיי זענען אויסן אדער קענען בכלל עפעס שלעכט טאן פארן מענטש. ניין.

נאר זייער קליינטשיגער ווילדער גאלאפ ווארפט עפעס א שרעקליכער גרויל און אומעט אויפן מענטש, זעהנדיגע ווי נידעריג און עקלדיג א באשעפעניש קען זיין.

ווען מען דערזעהט דעם ראט איז דאס געווענליך זייער פלוצלינג און אומגעראכטן, דאס קליינטשיגער געבוי איז צו מינדערוויכטיג מזאל דאס קענען געהעריג זעהן, מבאמערקט נאר די הארטע וויידל, און עס שרייט ארויס די שארפע נאז מיט די שפיזיגע "פילאפ" אויגען, ליידיג פון יעדען געפיל, און ווילד מיט חוצפה לויפט דאס אריין צווישן שטונקעדיגע גארביזש, זיי דערביטערן דעם מענטש און נעמען אוועק דעם אפעטיט פאר א שטיק צייט נאך אזא באגעגעניש מיט זיי.

איך אלס טעגליכער אידישע בלאגער שטיי אויס יעדע ליאדע סעקונדע צו האבן אזעלעכע באגעגענישן מיט אט די גרויליגע ראטן, איר זעהט זייער סם דראפינגס און די קאמענטס צו מיינע פאוסט'ס, איך מעק דאס נישט אויס כדי איר זאלט זיך קענען פארשטעלן וואס פארא עקשאן איך האב אין מיין אינבאקס...

ראטן געפינען זיך דאס מערסטע דארטן ווי עס איז דא גוטע סעודות רעשטליך, וואקעדיג שבת אינדערפרי נעבן ויואל משה האל אין וויליאמסבורג העכער די הייוועי זייט וועט איר זיך אייביג אנשטויסן אין זיי גריבעלן אין די איבערגעבליבענע פארציעס.

מקען פון זיי קיינמאל נישט פטור ווערן. געוואוינט אייך צו צו זייערע שמוציגע עקזיסטענץ וועט איר נישט ווערן אזוי שאקירט יעדעס מאל עקסטער איר ליינט זייערע תגובות אין די קאמענטס סעקשאן, איך פלאן אי"ה ווייטער נישט צו מעקן זייערע עקלדיגע קאמענטס, איך האף איר פארשטייט מיך.


--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 1/16/2005 10:58:19 AM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages