[דער יידישער פא רברענג] צונאמי דערמאנט אונזער ליבע צום באשעפער

68 views
Skip to first unread message

ะัูู้

unread,
Jan 4, 2005, 9:30:40 AM1/4/05
to yidisher...@googlegroups.com
death
די וועלט האט זיך אויפגעוועקט! אין ליכט פון די שרעקליכע חרבנות דורך דער גרויזאמער צונאמי פארשוועמונג פון הונדערטע טויזענטע לעבנ'ס איז די וועלט אריינגעווארפן אין טיפן שאק, מען פרעגט און מען טענה'ט, איז דא א גאט? איז ער א גוטער אדער א שלעכטער?
פון איין זייט איז ער דאך א גוטער וייל מיר אין וויליאמסבורג ווייסן דאך נישט פון קיין הונגער פיין און טויט. פון דער אנדערע זייט וועט דאך אונז איין טאג באטרעפן די זעלבע שיקזאל, אלזא איז דאך דאס נאר די גלעט פאר די מעכטיגען קלינגענדיגן פראסק...
איך מאך א פשרה ווילאנג איך לעב אויף אלע באקן, איך האב אביסל פרנסה, מיין ווייב האט נאך נישט קיין קנייטשען, זי האט מיך נאך נישט גע'גט, מיינע חברים גריסן מיך נאך מיט א שטיקל שמייכל, מיינע גלידער פונקציאנירן נאך אן קיין פיין, איך קען נאך בלאגן, איך האב ליבע און סעקס, איך פרעס סענדוויטשעס און טשולענט מיט פאסטראמי סענדווישטעס און עס גיבט מיר כוח און פרישקייט, און דערנאך קען איך עס אויסקאקען, איך ענשוי מיינע זיסע קינדער, איך שלאפ רואיג ביינאכט אן קיין סליפינג פילס, איך האב נאך נישט געהאט קיין קענסער און א נערווען בראך, איך קען אטעמען פרישע לופט, איך קען דרייווען א קאר אן קנאקן עקסידענטס, איך קען מיך דרייען אין וויליאמסבורג אן הייסן אן ארוני אדער זאלי, איך האב גענוג בלוט אין גוף, איך האב נישט קיין געלע ציין אין מויל, איך קען נאך טרינקען ביר און דערנאך איר אויספישען, איך קען נאך פאנטאזירן אז עס איז בעסער ווי אין אזיע...
הקיצור דער באן פון לעבן פארט, איז דאך דאס מערקבאר נאטורלעך אז אן דאנקן אין ארויסהייבן דעם גליקליכען פאקט איז דאך דער גאנצער גוטער הרגש פון לעבן נישטא...
דערפאר האט רעליגיע באשאפן אזא באגריף פון א ג-ט, אוואדאי איז דער גילטי קאנסיעס פון "קטלא קניא" דא ביי יעדן איד, אבער מיר דארפן ארבייטן אויסצורייסן און זיך אויסטאן נאקעט פון די גילט און נעגעטיווער סאטמערער געדאנקן גאנג אז גארנישט טאר מען נישט, מיר דארפן זעהן א רעליגיע וואס אפערט ליבע און פרייליכקייט.
כדי מיר זאלן האבן ווי אזוי ארויסצוברענגן די גוטער געשמאקער זייט פון לעבן, אז מיר זאלן ווערן מער פרייליך און גוטמוטיג צו אויפשטיין יעדן אינדערפרי מיט פרישע ספיריטואלע גייסטישע פאזיטיווע געדאנקן מוזן מיר איבערחזרען פערציג מאל יעדן טאג אט די ווערטער: הייליגער באשפער, מיין טייערע טאטע אין הימל איך האב דיך ליב און איך וועל דיך אייביג דאנקן און לויבן פאר די קורצע צייט וואס דו האסט מיך מחייה געוועזן מיט אזא געשמאקע לעבן..


--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 1/4/2005 09:02:36 AM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages