[דער יידישער פארברע נג] זוהר הקדוש נישט לעגאל פאר אונטער א יין און צוואנציג יאר

52 views
Skip to first unread message

ะัูู้

unread,
Dec 17, 2004, 9:36:08 AM12/17/04
to yidisher...@googlegroups.com
mikvah
די פארגאנגענע וואך זונטאג איז געווען א אינטערוויאו אויף ען.פי.אר מיט א זוהר עקספערט וואס האט אביסל איבערגעטיישט די שווערע אראמישע טערמינען פונעם הייליגען זוהר וואס פארעמען אויס אונזערע מנהגים אין עבודת ה'. און ווי אזוי דאס איז אנגעפיקעוועט מיט געטליכע מנובלות און אייראטישע פאנטאזיעס פון פארנאגראפיש מחשבות ווי אזוי מיר מאכן סעקס מיט הקב"ה כביכול בכבודו ובעצמו און דאס איז אונזער גאנצער עבודה דא אויף די וועלט צוריק צאם צו ברענגען, איינמאל פאר אלעמאל, דעם אזוי אויסגעווארטערטער תאוות הזיווג פון דעם שכינה מיט זיין וועלט. דאס זענען אלע ניצוצות און תיקונים.
דערפאר זאגט דער עקספערט, האט מען אייביג מקפיד געוועזן אז סתם המון, ווי פרויען און עם הערצים, זאלן נישט אריינבליקען אין דעם זוהר, ווייל זיי קענען דאס נישט אראפשלינגען, נאר הייליגע לייט וואס האבן זיך געפירט בקדושה, בטהרה ובפרישות קענען דאס געהעריג טראכטען אן קיין ערוועקונג פון חשק צו סעקס.
אפילו געווען א תקופה אין צפת וואס די הייליגע בעלי השגה פלעגן יעדן פרייטיג ערב שבת זיך טובל'ן צוזאמן מיט די ווייבער אין מקווה...
הערט זיך איין דעם גאנצען אינטערוויאו און האט הנאה פון די אידן וואס דינען דעם באשעפער מיט אומפארשטענדליכע כוחות...


--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 12/17/2004 09:18:24 AM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages