ס'איז נישט קיין סוד, אז מיר אויפן אידישען בלאג-ספערע זענען "אומצופרידן" וויאזוי די ראטן אין די קאמענטס רופן אונז אן..
ניין מיר זענען נישט מסכים צו זיין שטיל און לעבן אין דעם וויליאמסבורגען לייפסטייל פאר די רעשט פון אונזער לעבן. אמת מיר דערווייל זענען געצווינגען צו לעבן דא, אבער קיין איינער וועט נישט קענען אונז פארשווייגן מיט סיי וועלכער טעראר, די פיין און יסורים וואס שרייט זיך ארויס.
סאיז פשוט צו ווייטאגליך!
ר' שטריימל ברענגט דאס די בעסטע ארויס, ליינט זיינע 4 אפציעס וואס איז אים געבליבן צו גיין ווייטער אין זיין לעבנ'ס ריכטונג.
1 ער קען זיך ווייטער באהאלטן אלס א פיינער אינגערמאן אבער בלאגן און בונטעווען אונטער א מאסקע. דאס קען אבער נישט אנהאלטן צו לאנג. 2 ער קען זיך אפטראגן פון וויליאמסבורג, ווי אייזיק שטיין און הונדערטע אנדערע האבן געטאן, אבער די גילט פלאגט אים צו שטארק. 3 ער קען זיך איינרעדן אז ער קען זיך זעצן לערנען, ווערן א עושר מיט א שיינע קאר, און דאוונען פונקט ווי אנדערע, דאס וועט אבער נישט אויסהאלטן צו לאנג. 4 ער קען מאכן א סוף צו די ענדלאזע פיין, דורך זיך נעמן דאס לעבן זיך אראפווארפן פון א דאך 7 שטאק הויך, אבער די ווילן פון לעבן לאזט אים נישט.
איך זעה נאר איין אפציע וואס ער דערמאנט נישט מזאל זיך אינגאנצען אוועק געבן צו זינגן צו הקב"ה, דאס איז די בעסטע וועג!
ביי אונז אין ווילאמסבורג וועסטו טאקע הייסן א צודרייטער צוחישטער זעלסבסט מערדער שיכור, אבער איינמאל דו ביסט נאנט צו גאט גייט דיך שוין לאנג נישט אן וואס די וועלט זאגט!