איי איז אמאל געווען גוטע צייטן...
צו בענקט איר זיך דען נישט צוריק, ווען א אידיש קינד אין וויליאמסבורג האט זיך נאכאמאל געקענט אויסגיסן זיין ביטער הארץ מלפני אבינו שבשמים? בעת רעווין דרעווין, ווען מען האט אויסגעלאשן די לעקטער, אין די שטאק פינסטערניש האבן זיך צאמגענומען הונדערטע צובראכענע אידן, טאטעס, זיידעס בחורים און באבעס, אלעס האט זיך אויסגעטאן די אויגן ברילען, פאר שעות האבן מיר געקענט אזוי וויינען און קאכען ווי קינדער אן קיין טראפ בושה. וויינען לשם וויינען, נישט וועגן עפעס חטאים אדער ציונים אדער פארנאגראפישע מחשבות פון שובבים, ניין וויינען ווייל יעדער איינער האט זיין פעקל, און ביי אונז טאר מען נישט וויינען פאר פלעין, איינער האט קענסער, דער אנדערער טענה'ט זיך מיטן באשעפער פארוואס ער האט געברענגט א האלאקאסט, דער דריטער גייט נישט אין פרנסה, הקיצור וויינען ווייל דער באשפער זאל אויך וויינען אפשר אזוי וועט ער אונז אויסהיילען ענדגילטיג פון פיין און צרות.
דער הייליגער רבי, רעב ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל, זיצט בראש השולחן און איז מעורר די געפילען פון תשובה, ברוחב ליבו עפענט ער אויף די שערי דמעות, ער האט שוין אנגעצינדען די קראן פון טרערן, די אויגן האבן זיך שוין באהאלטן אויף ארויף, ער שרייט שוין מיט איבערמענטשליכע קולות, בריקעט שוין מיט די פוס, און מיט די האנטוך אין די הענט ווישט ער זיין הייליגער ברייטער שטערן. ר' אביש מיטן רעביצען אין ווייבער שול, האבן שוין אנגעהויבן צו קוויטשענען אויפן קול ווי צו ווינקען פארן עולם זיי זאלן ווי א כאר ענטפערען נאך זיי, אלעס פאלגט מנעמט זיך וויינען, שאלען און בילען אויף די העכסטע טענער. רעב הערשעלע האלט שוין טיעף אינדערמיט, ער האט שוין פארווישט די נאז צום הונדערסטען מאל, און אנגעהויבן א נייער פרישער טאן מיט מער כח, ער שרייט אויס ווידער ווי א לייב אין הימל אריין איבער און איבער: ווי אזוי וועט מען ארויפקומען זיך ווייזן די פנים צו די זיידעס אין הימל... דער עולם פלאצט ווידער אויס אין א יאמערליכער געוויין... פלוצלינג א שטיל שווייגעניש... ר' הערשעלע איז אראפגעפאלן פון בענקל אויף דער ערד, די חסידים האבן זיך אויפגעוועקט צו א מציאות אז ר' הערשעלע איז שוין נישטא אונז צו מאכן וויינען, אבער דער רבי האט ב"ה זוכה געווען אויצוהויכן זיין לויטערע נשמה און שטארבן דורך א מיתת נשיקה...
איצט האט זיך דער גאנצער סצענע איבערגעשפילט ווען עפעס נאך א צדיקעל וואס האט זיך געקאכט אין די השתוקקות פון ווי אזוי מען וועט זיך באווייזן אין הימל, און פלוצלינג געשטארבן אינדערמיט פון אט די ווערטער....