עס איז נישט קיין סוד וואס איך טאר נישט פארציילן, פאר ווער עס האט א שומרים סקענער, הערט זיך נעבעך אן טעגליך מיט די סארט מעשיות, היינט איז שומרים שוין נישט געמאכט צו כאפן גנבים אין וויליאמסבורג, ווען איז געווען די לעצטע מאל איר האט געהערט פון א כאפצעם אין וויליטאון?
זייער גאנצער עקזיסטענץ היינט צוטאגס איז צו באפרייען אינגעלייט וואס זענען נעבעך ארעסטירט געווארן, אויב נישט צוליב געשלעגן אין ראדני, איז דאס בעיקר צוליב וואס זיי האבן געוואלט האבן סעקס מיט א זונה וואס איז קעגן דאס געזעץ... שומרים קומט אראפ און באפרייט אים תיכף אז ער זאל נישט דארפן דורך גיין די בושות פון פיר און צוואנציג שעה זיצן און טראכטן אין סענטראל בוקינג ווי אזוי דאס ווייב וויינט נעבעך אגאנץ לעבן...
דער קאפיטאן אין דער ניינציג פריסינקט קאלט תיכף אן משה ווייזער נאכדעם וואס ער האט אים געשמירט מיט א גוטן טשולענט פון גאטליעבס, און זאגט אים צו אפנעמן נאך א יולישל וואס האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אראפגעצויגען די הויזן פאר א פארשטעלטער בלאנדער פאליציי פרוי וואס האט צופיל ארויסגעשטעקט איר אפענער לייב...
הלוואי זאל ווען אונזערע פירער קענען ענגליש, צו ליינען זיין בלאג, אפשר וועלן מיר געהאלפן ווערן...
--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 12/30/2004 09:38:54 AM