אינעם שפיל אויף בראדוועי, "פידלער אויפן דאך" איז דער הויפט כאראקטער ר' טובי' דער מיליכיגער, א פשוטער דארפערישער עם הארץ וואס איז באליבט ביי די אנטיסעמיטשע גוים, וואס טראץ אלע זייערע רדיפות קעגן אידן, און זיינע רוחניות'דיגע צרות פון צער גידול בנים וואס די קינדער ווערן נעבעך אסימילירט און פארן נעבעך אפ פון אידישערן וועג איינס נאך איינס, האט ער חלילה נישט קיין תערומות אויף הקב"ה, נאר גאר פארקערט אייביג דינט ער ג-ט מיט אזא זיסער תמימות און אמונה פשוטה פון אננעמן די יסורים באהבה ובשמחה.
איך מיין דאס איז געבויט אויף איינע פון באשעוויס זינגער'ס מעשיות, דער פראבלעם איז געווען אז פאלנע גוים האבן ביז איצט געשפילט די אלע כאראקטערן אויפן פלעי, אזוי ארום האט דאס פארלוירן דער אידישער קוועטש פון היימישער חן וואס זינגער האט געהאט.
דערפאר האבן זיי ענדליך איינגעזעהן אז כדי צו אנפילן די טעאטער מוז מען אויפנעמן אידישע שפילער, און נישט סתם אידן נאר אזאלכע וואס זייער געוויסן פייניגט זיי בייטאג און באנאכט, דער אידשער גילטי קאנטשעס טרייבט זיי צו רעבלען זייער גאנץ לעבן אין א אידישער באשעפער וואס גייט זיי שטראפן.
באקענט זיך מיטן נייעם רעב טובי' ער איז אן ערקלערטער משכב זכר'ניק, וואס איז דער גרעסטער אידישער געי אקטיאר אין האליוואד.
--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 1/6/2005 09:14:32 AM