[דער יידישער פאר ברענג] בית ה' נלך

41 views
Skip to first unread message

ะัูู้

unread,
Jan 18, 2005, 10:14:43 AM1/18/05
to yidisher...@googlegroups.com
syngog

"חיים נחמן ביאליק" איז געווען דער פרייער שרייבער און פאויעט וואס האט אין די אינגע יארן געלערנט תורה אין די וועלט בארימטע וואלאזשענער ישיבה און איז שפעטער אויסגעוואקסען אלס דער באקאנטער אפיקורס און פורק עול וואס אלע אידישיסטען און סתם פרייע קאלטוראלע אידן לדורות קאכן זיך אין זיינע שריפטען.

איך האב היינט פרובירט אפצודאווענען זיין פיוט וואס ער שרייבט צום אידשען "בית המדרש", וואס ער האט איר איבערגעלאזט אין די אינגע יארן. מיין הארץ האט געקלאפט וויאזוי דער פרייער פאלנער אפיקורס וויינט מיט אזויפיל טיפע רגש אויף די פארשימעלטע ווענט אנגעזאפט מיט קדושה וטהרה, ווי ער קלאגט מיט אזא הערמעטישער בענקשאפט צו די אויסגעריבענע בענק וואס האט געטריי אפגעדינט אידן אין זייער עבודת ה', ווי ער לעכצט מיט אזא פלאמעדיגן ברען אויף אירע שטויביגע פארשטיינערטע ווינקלען וואס האבן איינגעשלינגען אין זיך אזויפיל שירות ותשבחות צו הקב"ה, ווי ער זינגט מיט אזא נאסטאלאגישער פארבן רייכער אילוסטראציע וועגן די שיינקייט פון אונזער בית ה' אלוקינו וואס פוסטעוועט אין וויסטעניש, ביז מען ווערט איבערגענומען פון דרייסטקייט און גבורה זיך לויפן אנעמען און אויפוועקן די הייליגקייט וואס ליגט פארשוועכט.
עס וועקט אויף דעם אידישען פינק פון אונזער תכלית און ציל אויף די וועלט...

רגלי מוליכות אותי לבית המדרש...




--
Posted by אבישי to דער יידישער פארברענג at 1/18/2005 09:37:55 AM
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages