טעגליכע לוח היום - דינסטאג י"ד סיון תשפ"ה

13 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 9, 2025, 6:49:41 PM6/9/25
to לוח היום אימעיל

עזה הילפס פלאטילע דראמא געענדיגט
 
עזה – אינעם מיטל-מזרח האט מען נאכגעקוקט מיט אנגסט דעם אנקום פון א הילפס פלאטילע דורך עטליכע אייראפעאישע אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט דורכברעכן די מדינת ישראל בלאקאדע און ליפערן הומאניטארישע הילף פאר עזה. עס איז געווען א זארג וועגן אן איבערשפיל פונעם יאר 10' אינצידענט וואו מדינת ישראל זעלנער האבן געשטורעמט א הילפס פלאטילע שיף און א באוואפנטע געשלעג איז אנטשטאנען וואס האט געקאסט 9 לעבנס. למעשה האט זיך די יעצטיגע געשיכטע געענדיגט זייער רואיג, ווען מדינת ישראל זעלנער זענען ארויף אויפ’ן שיף, איבערגענומען קאנטראל דערפון, און עס געפירט צו אן איזראעלישע פארט. אלע אקטיוויסטן וועלן צוריקגעשיקט ווערן צו זייערע היימלענדער.
 

איטאליע שטימט איבער בירגערשאפט
 
רוים – אין איטאליע קומען פאר וואלן אין לויף פון נעכטן און היינט, וואו די בירגער האבן א געלעגנהייט צו שטימען אויף א רעפערענדום איבער א נייע אימיגראציע געזעץ. די איטאליענער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט א פראגע פאר די בירגער צי מען זאל מאכן פיל לויזער די בירגערשאפט פּראצעדורן, נאך וואס אין די לעצטערע צענדליגער יארן איז דאס לאנד געווארן א צוציאונגס קראפט פאר פילע אויסלענדישע וועלכע שפּירן זיך אבער ווייטער פרעמד צוליב די שטייפע בירגערשאפט פּראצעדורן.
 

שאצונג איבער אוקראינע דראון אטאקע
 
בערלין – דאס מיליטער אין דייטשלאנד האט ארויסגעשטעלט א שאצונג, אז די אוקראינישע דראון אטאקע אויף רוסישע לופט באזעס האט געשעדיגט צען פּראצענט פון רוסלאנד'ס פלאטע פון סטראטעגישע באמבארדירער פליגערס. די דייטשע באאמטע זאגן אז מער ווי צען פליגערס זענען געשעדיגט געווארן, אריינגערעכנט די זעלטענע פארגעשריטענע "עי-50" סורוועילענס פליגערס. צווישן די פליגערס געשעדיגט זענען געווען עטליכע וואס האבן געהאלטן אינמיטן זיך גרייטן פאר א באמבארדירונג קעגן אוקראינע.
 

סינסינעטי רענאווירטע בית החיים באנייט
 
אהייא – די רעסטאוורירטע אידישע חלקות אינעם גרויסן "קאוודעיל סעמעטעריס קאמפּלעקס" אין דער שטאט סינסינעטי, אהייא זענען נעכטן געווארן באנייט ביי אן אפיציעלע צערעמאניע. די חלקות זענען איבערגעפרישט און פארראכטן געווארן אין די לעצטערע מאנאטן, אין שאטן פון וואנדאליזם וואו כמעט צוויי הונדערט מציבות זענען געווארן וואנדאליזירט אין צוויי באזונדערע אינצידענטן פאראיאר זומער. די עף-בי-איי האט ווידערהאלט אז זיי פארשן ווייטער דעם וואנדאליזם, אנע פרישע אינפארמאציע.
 

3'טער אידישער אוקראינישער זעלנער ע"ה
 
קיעוו – א דריטער אידישער זעלנער אין דער אוקראינישער ארמיי איז אומגעקומען אין די לעצטע צוויי וואכן. לויט ווי די אידישע געמיינדע דערציילט איז דער זעלנער צבי-הירש זווארזשעדא ע"ה אומגעקומען אין שווערע שלאכטן מיט די רוסישע קרעפטן אויפ'ן פראנט אין כערסאן, וואו ער האט געדינט אין אן עליטע יוניט צו פארטיידיגן אוקראינישע טעריטאריע פונעם שווארצן ים און ארומיגע טייכן. זיין לוי' און קבורה איז פארגעקומען אין אדעסא, נאך אינטערווענץ פון ר' יעקב סיניאנקאוו.
 

אנטלאפענע זעברא געכאפּט געווארן

טענעסי – א זעברא באשעפעניש וועלכע איז געווען אנטלאפן פאר מער ווי א וואך צייט אין טענעסי און איז געווארן א סענזאציע אויפ'ן אינטערנעט, איז געכאפּט געווארן נעכטן. "עדווארד דער זעברא" איז געכאפּט געווארן אין א גוטן און רואיגן צושטאנד, נאכדעם וואס מען האט אים געטראפן אויף א פעלד אין ראטערפארד קאונטי, וואו מען האט געברענגט א ספּעציעלן העליקאפּטער און א גרויסע נעץ, אריינשטעלנדיג דעם זעברא דערין, און פון דארט האט מען אים עוואקואירט צו א טרעילאר און ער וועט ווערן צוריק פּלאצירט פון וואו ער איז געקומען.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
Lexus GS for £2800 Grab a bargain! Quick sale. 07774090462
                                   TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Office for Rent – Knightland Rd
£60 per desk, or the whole office for £120
Call: 07463 173 111
Brand new Office
TO LET Size: c.60 sqm - 4/5 rooms
Bergholt Crescent Self-contained with private entrance Basement with daylight (high ceiling)
07971 187 720
Stunning 2 bedroom flat in Manchester available to rent for שבועות!from the 29th may until 8th of June,for more details call/text:07368155476
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724
Holiday cottages אין די בערג מיט בית מדרש , מקוה  , jumping castle etc 07943522881 01617089291

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

 


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג בהעלותך 100625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages