טעגליכע לוח היום - דינסטאג כ"א סיון תשפ"ה

22 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 16, 2025, 11:47:36 PM6/16/25
to לוח היום אימעיל

א צאל אידן אויף די ליסטע פון באעהרטע בירגער פון בריטישע קעניג טשארלס צו זיין געבורטסטאג
 
לאנדאן - דער פאלאץ פון קעניג טשארלס האט פארעפנטליכט די ליסטע פון 1,200 בריטישע בירגער וואס וועלן ווערן באעהרט מיט מעדאלן און טיטלען אין בעפארברייטונג צו זיין געבורטסטאג, די ליסטע איז צוזאמגעשטעלט פון בירגער וואס האבן געצייגט געטריישאפט פאר דאס לאנד און די קעניגרייך דורכן ארויסהעלפן די ארטיגע באפעלקערונג. אויף די ליסטע פון באעהרטע ציילן זיך א שיינע צאל אידן וואס האבן באקומען מעדאלן און עהרנפולע׳דיגע טיטלען וואס וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן. צווישן זיי ציילט זיך דער 94 יעריגער קריגס איבערלעבער מאנפרעד גאלדבערג וואס איז שטארק פארמישט אין לערנען מיט בריטישע יונגווארג איבער די האלאקאוסט, דעיוו רייך פון די געמיינדע זיכערהייט טראסט באאויפטראגט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און נאך א צאל אידן וואס האבן גענוצט זייערע פעיגקייטן און קענטעניסן צו ארויסהעלפן די בריטישע באפעלקערונג.
 

צאל אומגעקומענע פון איראנער מיסיל אטאקעס זינט אנהייב קריג שטייגט ל"ע צו 19
 
ארץ ישראל - די שווערע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל זעצט ווייטער פאר מיט איראן און מדינת ישראל אויסטוישנדיג כסדר אטאקעס ווען אין רעזולטאט דארפן אידן אין לאנד שטענדיג לויפן צו די באמבע שעלטערס מיט די תהילימ׳לעך אין די הענט און זענען מתפלל ביים אויבערשטן אז די אטאקעס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד. 

די זוכעריי אפעראציע ביי די שרעקליכע סצענע אין בת ים וואס איז מוצאי שבת שווער באטראפן געווארן האט ווייטער פארגעזעצט דורכאויס די שעות פון זונטאג און נאך א צאל קערפער זענען ארויסגעשלעפט געווארן פון אונטער די ברוכווארג, די צאל אומגעקומענע איז געשטיגן צו 9 וואס דערפון זענען פינף פון איין פאמיליע וואס איז אנטלאפן פון אוקריינע צוליב די קריג מיט רוסלאנד, די סך הכל צאל אומגעקומענע מדינת ישראל בירגער זינט אנהייב קריג שטייט שוין ליידער ביי דעם ווייטאגליכע ציפער פון 19. 

דורכאויס די נאכט און טאג פון זונטאג האט איראן פארגעזעצט מיט נאך א צאל באראדזשן פון באליסטישע מיסילס וואס עטליכע דערפון האבן באטראפן פארשידענע ערטער צווישן זיי אין חיפה וואו עס האט אויסגעבראכן א גרויסע פייער און 4 זענען לייכט פארוואונדעט געווארן, אין דער מושב זבדיאל נעבן קרית גת האט א מיסיל באטראפן די שוהל וואס איז שווער געשעדיגט געווארן, ב"ה עס זענען נישט באריכטעט געווארן אומגעקומענע פון די באראדזשן פון זונטאג און בלויז 7 האבן געליטן לייכטע וואונדן. 

אין די פריע מאנטאג פארטאגס שעות ארטיגע זייגער איז געקומען צו פליען די גרעסטע מיסיל באראזש פון איראן זינט די אנהייב פון די מלחמה, א מערהייט דערפון זענען געווארן אראפגעשאסן אבער פיר זענען געפאלן אין די שטעט חיפה, פתח תקווה, תל אביב, און אין די פרדס כץ געגנט אין בני ברק. אין חיפה איז די מיסיל געפאלן דירעקט אויף אן אויל ריפיינעריס וואס אין רעזולטאט האט אויסגעבראכן א מאסיווע פייער, אין תל אביב און פרדס כץ זענען א גרויסע צאל געביידעס שווער געשעדיגט געווארן צווישן זיי א שולע געביידע, און אין פתח תקווה איז די מיסיל דירעקט אריינגעפלויגן אין א הויך שטאקיגע געביידע. פינף זענען אומגעקומען און די צאל פארוואונדעטע בלויז ביי די פיר סצענעס שטייט אצינד ביי 67 ה"י, פיר פון זיי געפונען זיך אין א שווערע צושטאנד.

אין אנדערע נייעס זענען צענדליגע טויזנטער מדינת ישראל בירגער צווישן זיי צענדליגער חרדי'שע אידן נאך אלס געשטראנדעט איבער די וועלט און זוכן וועגן וויאזוי צו צוריק אנקומען אהיים און די זעלבע זוכן פילע וועגן ארויס צו גיין פון לאנד צוליב שמחות אדער אנדערע סיבות, נאך וואס די לופט רוימען אין לאנד זענען נאך גענצליך אפגעשלאסן פאר פארקער און די אל על לופטליניע האט זונטאג ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט אז אלע פלי רייזעס פון און צו ארץ ישראל זענען גענצליך אפגערופן ביז דעם דאנערשטאג, פילע פארן קיין קפריסין מיטן ציל צו כאפן א שיף אדער אן אנדערע וועג אריין צו קומען אין לאנד, געוויסע האבן גענומען וועגן מיט פליגערס דורך ירדן און עגיפטען און פון דארט גענומען קארס אריין קיין ארץ ישראל אבער די מדינת ישראל אוויאציע אוטעריטעטן און די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל ווארענען אז יעצט איז נישט די צייט צו אויספראבירן געפארפולע וועגן אריין אין לאנד.
 

טראמפּ געשטערט כאמעני אטענטאט
 
וואשינגטאן – מדינת ישראל האט געהאט א פּלאן אויסצופירן אן אטענטאט אויפ'ן איראנער גייסטליכער פירער איאטאלא כאמעני, אבער דער אמעריקאנער פּרעזידענט טראמפּ האט וועטאאירט די אפּעראציע. "רויטערס" און אנדערע נייעס אגענטורן באריכטן אז מדינת ישראל האט געהאט א געלעגנהייט, אבער טראמפּ האט איבערגעצייגט די איזראעלישע באאמטע נישט פאראויסצוגיין דערמיט. אין אן אינטערוויו נעכטן האט ביבי נתניהו זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן אדער קלאר לייקענען די באריכטן.
 

"דזשי-7 סאמיט" קומט פאר אין קאנאדע
 
אטאווא – קאנאדע און ענגלאנד האבן געשלאסן א דיעל נעכטן אינעם ערשטן טאג פונעם גרויסן "דזשי-7 סאמיט" וואס ווערט דורכגעפירט אין די יעצטיגע טעג אין אלבערטא פּראווינץ אין קאנאדע, און די צוויי לענדער האבן איינגעשטימט צו ארבעטן אינאיינעם אויף האנדל און פארטיידיקונגס באציאונגען. די לענדער וואס נעמען אנטייל ביים סאמיט זענען קאנאדע, פראנקרייך, דייטשלאנד, איטאליע, יאפּאן, ענגלאנד און די פאראייניגטע שטאטן, און פּרעזידענט טראמפּ איז אנוועזנד.

 

טורמע פאר פראנצויזישער איד איבערפאל
 
פראנקרייך – א פראנצויזישע יוגנט געריכט האט פאראורטיילט דריי צענערלינגען צו טורמע איבער דער ברוטאלער אטאקע אויף א צוועלף יעריג אידיש מיידל, וואס דאס געריכט האט געזאגט אז עס איז קלאר געווען מאטיווירט מיט אנטיסעמיטישע האס. דער אורטייל קומט נאנט צו א יאר נאך דער ברוטאלער אטאקע, וואו די גרופּע יוגענטליכע האבן איר ברוטאל געשלאגן, אטאקירט און געשריגן העסליכע אנטיסעמיטישע לאזונגען אויף איר, בעפאר'ן איר סטראשען אומצוברענגען.
 

דייטשלאנד זיכערהייט מאסנאמען פאר אידן
 
בערלין – דייטשלאנד האט געזאגט נעכטן אז זיי פארשטארקערן די זיכערהייט מאסנאמען ביי אלע אידישע פּלעצער איבער'ן לאנד, זיי צו באשיצן פון מעגליכע נקמה אטאקעס דורך איראן, ה"י. קאנצלער פרידריך מערז האט געזאגט "מיר גרייטן זיך אויך צו אין דייטשלאנד אין פאל איראן וועט צילן אידישע אינסטיטוציעס". דאס קומט נאכדעם וואס פראנקרייך האט געמאלדן שוין פארגאנגענע וואך ענליכע מאסנאמען פאר איר אידישער באפעלקערונג.
 

טוריסטן "אטאקירט" מיט וואסער-ביקסן

בארצעלאנא – איינוואוינער אין בארצעלאנא, שפּאניע זענען ארויסגעקומען מיט "וואסער ביקסן" און האבן אנגעשפּריצט טוריסטן און באזוכער אויף די גאסן, צו פּראטעסטירן קעגן דעם וואס די שטאט איז צו איבערגעפולט מיט טוריסטן און עס איז נישטא קיין געהעריגע אנדערע עקאנאמישע מאדעל פאר די לאקאלע וואוקס. טוריסטן זענען געווען געצוואונגען צו הייבן פיס און אנטלויפן, נאכ'ן ווערן געכאפּט אין שאק פונעם נאסן סורפּרייז... ענליכע סצענעס האבן זיך אפּגעשפּילט נעכטן אויפ'ן שפּאניער אינזל מאלארקא.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.


Chrome pedestal fan, home telephone with built-in answering machine. Both in very good condition. Please call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג שלח 170625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages