ריעל עסטעיט פירמע אפעלירט באשלוס פון פלענינג קאמיטע קעגן אויפבויען וואלקן קראצער נעבן היסטארישע "שער השמים" שוהל
ענגלאנד - די "וועלפאט" ריעל עסטעיט פירמע האט פארלאפענע דאנערשטאג אפעלירט די באשלוס פון די פלענינג קאמיטע אין לאנדאן איבער פלענער צו אויפבויען א 43 שטאקיגע וואלקן קראצער נעבן די היסטארישע 'שער השמים' שוהל אין צענטראל לאנדאן, דאס קומט דערנאך וואס 14 מעמבערס האבן ביים אפשטימונג פאריאר דעצעמבער געשטימט קעגן די פלענער און 8 האבן געשטימט דאס צו באשטעטיגן, די פלענינג קאמיטע האט דערפאר ארויסגעווארפן די פלענער, אצינד האבן די דעוועלאפערס עס אפעלירט וואס שטעלט אריין די צוקונפט פון די אנגייענדע שוהל אין געפאר. ווי מיר האבן שוין דא באריכטעט אין די פארגאנגענהייט איז בעפאר די אפשטימונג אריינגעגעבן געווארן איבער 1,340 פארלאנגען צו די שטאטראט באאמטע צו צייגן קעגנערשאפט צו דעם פראיעקט, צוליב וואס עס וועט פארשטעלן די ליכטיגקייט און אוועקגענומען פון די מתפללים די מעגליכקייט צו מאכן קידוש לבנה אין די הויף פונעם שוהל, און אזוי אויך פילפאכיג פארשווערן אנצוקומען צום שוהל דערנאך וואס עס גייט נישט זיין מערקבאר, די איצטיגע פלענער זענען שוין אריינגעגעבן געווארן פאר דריי יאר צוריק אבער זענען דעמאלט אויך געווארן ארויסגעווארפן דורך די קאמיטע.
די שער השמים שוהל איז איבער 320 יאר אלט און איז די עלטסטע שוהל אין ענגלאנד, עס איז אויך די איינציגע שוהל אין אייראפע וואס די תפילות האלטן שוין אהן פאר אזויפיל יארן אין א רייע אהן קיין אפשטעל. עס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די ספרדי'שע און פארטוגעזישע געמיינדע אין שטאט, און איז באקאנט פאר איר אייגנארטיגע שיינקייט פון די 18׳טע יאר הונדערט וואס ציהט אהין גאר אסאך באזוכער פון ארום די וועלט. |
|
אייניקלעך פון דייטשע איד קלאגן בריטישע מאזעאום צוליב פארקויפן טייערע מאלעריי קאנפיסקירט דורך די נאציס
ניו יארק - אין די מאנהעטן דיסטריקט געריכט איז מאנטאג אריינגעגעבן געווארן א קלאגע דורך אייניקלעך פון א דייטשער איד ביים נאמען העדוויג שטערן, קעגן די בריטישע מעטראפאלין ארט מאזעאום, צוליב האלטן און פארקויפן א טייערע מאלעריי וואס האט געהערט צו זייער זיידע, די מאלעריי איז געווארן געקויפט דורך די מאזעאום אין יאר 1956 פאר $125,000 און זיי האבן עס פארקויפט אין יאר 1972 פאר א גריכישער זאמלער וואס האט עס אריינגעשטעלט אין א מאזעאום אין אטעם.
די מאלעריי ׳איילבירט קלייבן׳ פון דער באקאנטער מאלער וואן גאך פון יאר 1889 איז קאנפיסקירט געווארן דורך די נאציס ימ"ש ווען די שטערן פאמיליע איז אנטלאפן פון מינכען אין יאר 1936, אין די יארן נאכן קריג איז עס אנגעקומען קיין ניו יארק וואו עס האט עטליכע מאל געטוישט הענט ביזן אנקומען צו די מאזעאום אין לאנדאן, די פאמיליע קלאגט די מאזעאום וואס האט געזאלט וויסן די היסטאריע פון די מאלעריי בעפאר עס קויפן און ווייטער פארקויפן. |
|
אמעריקע פּרובירט פּרעזערווירן עזה פייער אפּשטעל נאך פארלעצונגען
מיטל-מזרח – אנאליסטן האבן נעכטן געזאגט אז עס פעלט א האר אז דער פייער אפּשטעל צווישן מדינת ישראל און כאמאס אין עזה זאל צעפאלן, נאכדעם וואס כאמאס טעראריסטן האבן געשאסן אויף טרופּן אין רפיח און די מיליטער האט רעאגירט מיט מאסיווע באמבארדירונגען.
מדינת ישראל האט געזאגט אז אויסער וואס כאמאס קעמפער האבן געשאסן אויף טרופּן, האט כאמאס פארלעצט דעם פייער אפּשטעל דורכ'ן פעלשן די כלומר'שטע "געפינס" פון א משכון'ס גוף, ווען אויף מיליטערישע דראונס האבן זיי רעקארדירט אז עס איז געווען בלויז א שפּיל.
כאמאס פון זייער זייט האט פּרובירט צו בארואיגן די געמיטער, זאגנדיג נעכטן אויפדערנאכט אז זיי האבן געטראפן 3 פרישע גופים פון משכונות, אבער קענען עס נישט באפרייען ווילאנג די פייער אפּשטעל ווערט פארלעצט. דערווייל ארבעט אמעריקע הונטער די קוליסן צו פארשטילן אלעס. |
|
נייע אויפדעקונג איבער פלאן קעגן מאדורא
קאראקאס – די מידיא האט אויפגעדעקט אז אן אמעריקאנער אגענט האט פרובירט איבערצורעדן דעם הויפט פילאט פונעם ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא, אז ער זאל נעמען מאדורא אויף א רייזע און אין געהיים פארן מיט אים צו א לאקאל וואו אמעריקאנער אויטאריטעטן זאלן אים קענען כאפן און ארעסטירן. עס איז געווען א פלאן וואס האט זיך געצויגן זעכצן מאנאטן, אבער עווענטועל האט מאדורא'ס פילאט זיך אנטזאגט צו קאאפערירן מיט'ן אמעריקאנער פלאן. |
|
שאק: אנטיסעמיטן שווער וואנדאליזירט אלטן בית עלמין אין שטאט וויזניצא - מקום מנוחתם פון אדמור"י בית וויזניץ
אוקריינע - חסידי וויזניץ איבער די וועלט האבן פארלאפענע דאנערשטאג מיט שאק און שוידער אויפגענומען די נייעס איבער אן אנטיסעמיטישע וואנדאליזעם אטאקע וואס אוקריינער אנטיסעמיטן האבן דורכגעפירט שפעט מיטוואך אויפדערנאכט ארטיגע זייגער, ביי די אלטע בית עלמין אין דער שטאט וויזניצא, די וואנדאלן האבן צובראכן די צוים און צושמעטערט עטליכע מציבות איבערלאזנדיג דעם הייליגן ארט מיט א גרויסע בזיון, צום מזל האבן זיי נישט געשעדיגט די אוהל הק' וואו עס ליגן באערדיגט אדמור"י בית וויזניץ זצ"ל און די הכנסת אורחים געביידע דערנעבן.
די שענדליכע וואנדאליזם אקט קומט בלויז איין טאג נאך וואס הונדערטער אידן פון איבער די וועלט זענען אנגעקומען מתפלל זיין ביים ציון פון הרה"ק בעל הצמח צדיק זצ"ל, וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן ערב ראש חודש חשון. די עסקנים פון ׳הגן הנאה׳ און די הכנסת אורחים וואס פארפיגן אויף די אוהל הק', האבן אריינגעגעבן א קלאגע צו די פאליציי און ארבעטן צו פארריכטן די שאדנס ווי אמשנעלסטן, און אונטערגענומען פרישע מאסנאמען צו פילפאכיג פארשטערקערן די זיכערהייט אויפן ארט. |
|
באפרייטער עזה משכון בר קופרשטיין רופט די מאסן צו מאסיווע תפילין לייגן צוזאמקום
תל אביב - דער מדינת ישראל משכון בר קופרשטיין וואס איז באפרייט געווארן פארלאפענע הושנא רבה נאך צוויי יאר זיך געפונען אין די כאמאס טונעלן אין עזה, איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו די מאסן צו קומען קומענדיגע פרייטאג צו די משכונות סקווער אין תל אביב פאר א מאסיווע צוזאמקום, וואו טויזנטער אידן וועלן לייגן תפילין, זיין רוף האט ער געמאכט דורכאויס אן אויפטריט וואס ער האט איבערגעגעבן אין די סקווער דינסטאג, ער האט דערביי אנגעגעבן אז אין די כאמאס טונעלן איז זיין איינציגע חלום געווען צו קענען לייגן תפילין.
ביי זיין באזוך דעם זונטאג אין בני ברק ביי הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, האט דער באפרייטער משכון דערציילט איבער זיין פערזענליכע שמירת שבת דורכגאנג אין געפענגעניש, וואו ער האט געשילדערט אז ער פלעגט מאכן קידוש אויף א גלאז וואסער און זינגען זמירות שבת וואס ער האט געדענקט פון זיין היים. |
|
|