טעגליכע לוח היום - ה' כי תצא תשפ"ה לפ"ק

21 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 3, 2025, 5:16:06 PMSep 3
to לוח היום אימעיל


די פירער פון רוסלאנד מיט טשיינע זענען פארשעמט געווארן ביים ווערן אויפגעכאפט רעדן שטילערהייט צווישן זיך איבער לעבן 150 יאר אדער לענגער
 
די פארשעמענדע מאמענט האט פאסרט ווען וולאדימיר פוטין מיט שי דזשינפינג האבן שפאצירט זייט ביי זייט מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג און ביי א מיליטערישע פאראדאדא אין בעדזשינג אפצוצייכענען 80 יאר פון ווען די צווייטע וועלט קריג איז געקומען צו אן ענדע. פוטין מיט דזשינפינג האבן דעמאלטס גערעדט פריוואט צווישן זיך, אבער א ריפארטער מיקראפאן האט עס אויפגעכאפט און בטעות געליפטערט אויף טשיינע'ס סטעיט מידיא. פוטין איז צווישן אנדערע געהערט געווארן זאגן פאר דזשינפינג אז בייא-טעכנאלאגיע טוט זיך מער און מער אנטוויקלן אויף א פארנעם אז ווי איידער ווערן עלטער קען מען מיט די צייט ווערן אינגער.

א הויעך ראנגיקע באאמטער פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראנטן ווארענט מדינת ישראל אז אנעקסירן די מערב ברעג איז א רויטע ליניע
 
לאַנאַ נוסעיבע'ס ווארענונג קומט אין צייט וואס דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גרייט זיך אפצוהאלטן ערענסטע דיסקוסיעס מיט זיינע מיניסטארן איבער פאראויס גיין מיט די קאנטראווערסיאלע פלאן. ער זאגט אז אראבישע לענדער אין אלגעמיין זענען אפן צום געדאנק פון שלום מאכן מיט מדינת ישראל, אבער נעמען דעם שריט פון אנעקסירונג כדי צו באפרידיגן די עקסטרעמע לאגער אין מדינת ישראל וועט גענצליך טוישן דעם בילד.

אמעריקאנער מיליטער באמבארדירט ווענעזועלער דראג שמוגלעריי שיף
קאראקאס – די שפּאנונג צווישן ווענעזועלע און די פאראייניגטע שטאטן איז געוואקסן נעכטן, נאך וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט א באמבארדירונג אויף א שיף פון ווענעזועלע וואס האט געטראגן אויף זיך א ליפערונג פון אומלעגאלע דראגס.

פּרעזידענט טראמפּ האט געמאלדן אז די באמבארדירונג האט געצילט די שיף וואס איז געפירט געווארן דורך "דראג-טעראריסטן" פון דער"טרען דע אראגוא" באנדע, און ער האט באשטעטיגט אז עלף פון די פּארשוינען אויף דער שיף זענען געשטארבן אין דער אטאקע.

דאס קומט נאך וואס טראמפּ האט געשיקט א גרופּע פון מיליטערישע שיפן און סובמארינען צו די קאריביען וואסערן נישט ווייט פון ווענעזועלע, אין א מיסיע צו באקעמפן און אפּשטעלן דראג שמוגלערייען וואס ער זאגט אז ס'קומט פונעם פירער ניקאלעס מאדורא.

בעלגישע דאקטאר צייכנט אהן מעדיצינישע
באריכט פון ניין יעריגע אידישע פאציענט
אלס ליידנדע פון אידישע אלערגיע
בעלגיע - א בעלגישע דאקטאר פון איראקער אפשטאם אין א שפיטאל אין דער שטאט קנאקע איז אונטער פייער און דרוק צו רעזיגנירן נאך וואס ער האט דיגנאזירט א ניין יעריגע אידיש קינד אלס איינער וואס ליידט פון די ׳אידישע אלערגיע׳ אין זיין מעדיצינישע באריכט,  עפעס וואס דערמאנט די פינסטערע פארגאנגענהייט פון אייראפע מיט 80 יאר צוריק. די לאקאלע און אינטערנאציאנאלע מידיע האבן געשטורעמט מיט די נייעס און אידישע ארגאניזאציעס האבן גערופן פאר די שפיטאל פארוואלטונג אים צו אפזאגן פון אמט, אויך איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין די פאליציי קעגן אים. 

דער דאקטאר אין צענטער פון די סקאנדאל איז דאקטאר קאסים אראקוואסי, און עס איז דערנאך באקאנט געווארן אז ער טוט אויך פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם און קאנספיראציע טעאריעס קעגן אידן אויף סאציאלע מידיע.

מילך מאנגל פארגעשאצט אין ארץ ישראל צוליב בעפארשטייענדע פארנומענע תשרי יום טוב סעזאן
ירושלים - שטייענדיג בלויז געציילטע וואכן בעפאר די בעפארשטייענדע ימים טובים ווערט פארגעשאצט א שווערע מילך מאנגל אין ארץ ישראל, לויט ווי עקספערטן פון די אגריקולטור מיניסטעריום זאגן איז דאס וויבאלד אין די קומענדיגע חודש וועט זיין ניין טעג וואס קומען אויס שבת און יום טוב און לויט די אנווייזונגען פון די רבנות טארן פארמער און מילך פאבריקן נישט ארבעטן, און דאס וועט פירן צו א שווערע מילך מאנגל, אין א צייט וואס די באפעלקערונג נוצט פיל מער מילך ווי אנדערע חדשים אינעם יאר. 

די אגריקולטור מיניסטעריום האט צום ערשט פראבירט צו אויסארבעטן א פלאן צו אימפארטירן מילך פון פוילן קיין מדינת ישראל, אבער צוליב א וויירוס אויסברוך ביי די קיען אין דייטשלאנד האט עס צו געברענגט אז די פוילישע פארמער זאלן עקספארטירן זייער מילך קיין דייטשלאנד וואס האט אראפגערוקט דעם פלאן פון טיש. דערפאר האט די אגריקולטור מיניסטער אבי דיכטער אפגעשיקט א בריוו צו די רבנות צו בעטן ספעציעלע ערלויבעניש צו נוצן נישט אידישע ארבעטער אום שבת און יום טוב צו פארמערן די נויטיגע מילך פראדוקציע אין לאנד, די רבנות האט אבער אפגעווארפן דעם ביטע און געזאגט אז מען וועט נישט ענדערן די 77 יעריגער מסורה פון נישט מחלל זיין שבת, זיי האבן אנגעוויזן אז עס איז דא גענוג לענדער פון וואו צו ברענגען מילך און די משגיחים קענען זיין גרייט ביז פינף טעג צו ארויספארן וואו אימער זיין כדי עס זאל זיין חלב ישראל.
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

רעקארד זאמלונג פון "קראקס"
קאנעטיקוט – א מאן האט פארדינט א גינעס וועלט רעקארד פאר'ן האבן די גרעסטע זאמלונג פון "קראקס" פּאפּוטשן, האבנדיג אין באזיץ 3,569 פּאר דערפון, אבער ער זאגט אז זיין זאמלונג איז שוין געוואקסן זינט דער גינעס ארגאניזאציע האט באזוכט ביי אים און עס האלט יעצט ביי 3,800 פּאר. דער מאן זאגט אז ער האט אנגעהויבן זאמלען ווען ער איז געווען 16 יאר אלט, וויבאלד ער איז אויפגעוואקסן ארעם און האט קיינמאל זיך נישט געהעריג אויסגעלערנט וויאזוי מ'בינדט צו נארמאלע שיך.
 
שראלי פריעדמאן & מקהלת מנגן - היה עם פיפיות
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\
2 bed house in hull for sale 72k let for £450 pcm please text 07957654017 or a7957...@gmail.com
For sale
Toyota prius T-spirit
2007
102k miles
Some scratches and dents
£10 road tax per year
Just passed MOT
Selling for £2,300 +44 7759 242361

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283
א היימישע ת"ת זוכט א מלמד לפנה"צ פאר כיתה ג' אנצייבען חשון"
אינטערעסירטע ביטע רופט:
07388997032
אויב קיין ענטשפער ביטע לאזט א הודעה מיט אייער נאמען און נומער

                                 LOOKING                                  
זוכט צו קויפן א גרייטע סוכה  סייז 10*12  רופט 07543511207
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             

Blech (Pesachdik) call 020 8806 7417 or 07890 364 939

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום


040925 ה כי תצא...pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages