טעגליכע לוח היום - מאנטאג כ' סיון תשפ"ה

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 15, 2025, 6:31:46 PM6/15/25
to לוח היום אימעיל

בריטישע פליגערס פארטרייבן רוסישע
 
אייראפּע – בריטישע קאמפס פליגערס האבן פארשיקט א רוסישע שפּיאנאזש פליגער וועלכע האט פארלעצט הימל טעריטאריע העכער'ן באלטישן ים פארלאפענעם פרייטאג אינדערפרי, לויט א מעלדונג פון פּוילן'ס מיליטערישע קאמאנד. די פּוילישע מיליטערישע באאמטע זאגן אז די פלי רייזע פונעם רוסישן שפּיאנאזש פליגער איז געווען געצילט צו פּראוואצירן און טעסטן די גרייטקייט פון נאטא לענדער צו פארטיידיגן זייערע טעריטאריע אין פאל פון רוסישע מיליטערישע אגרעסיעס.
 

געריכט אין ענגלאנד אפגעווארפן קלאגע דורך פריוואטע שולעס קעגן די שכר לימוד שטייערן
 
לאנדאן - די הויעך געריכט אין ענגלאנד האט פרייטאג ארויסגעווארפן א קלאגע אריינגעגעבן דורך א גרופע עלטערן און פריוואטע שולעס קעגן די געזעץ וואס איז אריבער אין פארלאמענט וואס פאדערט עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער צו פריוואטע אדער רעליגיעזע שולעס צו צאלן א הויכע שטייער אויף די שכר לימוד קאסטן, די געריכט האט געאורטיילט אז די רעגירונג איז נישט פאראנטווארטליך צו זיכער מאכן אז עלטערן זענען ערמעגליכט פינאנציעל צו שיקן זייערע קינדער אין פריוואטע שולעס און אויב זיי ווילן קענען זיי אריבערטוישן צו פאבליק שולעס. 

ווי מיר האבן שוין דא באריכטעט עטליכע מאל האט די לעיבאר פארטיי רעגירונג אריבערגעפירט א געזעץ וואס לייגט ארויף א שטייער פון 20 פראצענט אויף די אויסגאבן וואס עלטערן האבן ביים שיקן זייערע קינדער אין פריוואטע שולעס אדער רעליגיעזע שולעס מיט די האפענונג אז עס וועט אריינברענגען 1.6 ביליאן פונט פאר די קאסע פון די עדיוקאציע דעפארטמענט און די געזעץ טוהט עפעקטירן טויזנטער עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אין אידישע שולעס. מיט עטליכע חדשים צוריק האבן א גרופע פון 218 פאמיליעס און פריוואטע שולעס אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן דעם געזעץ זאגנדיג אז עס נעמט אוועק זייער רעכטן פון  שיקן אין פריוואטע אדער רעליגיעזע שולעס, די געריכט האט אבער אפגעווארפן די ארגומענטן און געזאגט אז די רעגירונג איז נישט פאראנטווארטליך צו ערמעגליכן עלטערן צו שיקן זייער קינדער אין פריוואטע און שולעס ווען עס איז דא אנדערע שולעס.
 

בריטישער אגענט קריגט טורמע אורטייל
 
לאנדאן – א געוועזענער בריטישער שפּיאנאזש ארבעטער וועלכער האט געשטעלט אין געפאר נאציאנאלע זיכערהייט דורכ'ן אהיימנעמען געהיימע סודות פון דער רעגירונג, איז פאראורטיילט געווארן צו זיבן אהאלב יאר טורמע. כאסאן ארשאד האט זיך דערקלערט שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים וואס ער איז באגאנגען צווישן אוגוסט און סעפּטעמבער אין יאר 22'. ער איז נישט באשולדיגט געווארן אין פּרובירן ארויסצוגעבן די דאקומענטן פאר א פיינטליכע לאנד, נאר פּשוט עס שטעלן אין געפאר.
 

פולשטענדיגע מלחמה אויסגעבראכן - שווערע שבת אריבער אין ארץ ישראל אונטער שאטן פון איראנער באליסטישע מיסיל באראדזשעס
 
ארץ ישראל - אידן איבער די וועלט האלטן מיט מיט צער און אנגסט די שווערע לאגע וואס אחב"י אין ארה"ק גייען אריבער אין די לעצטע צוויי טעג נאכן אויסברוך פון א פולשטענדיגע קריג דורך מדינת ישראל מיט איראן וואס האט ליידער שוין געקאסט א גרויסע צאל אידישע נפשות רח"ל און נאך הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן פון זעקס באראדזשן פון הונדערטער באליסטישע מיסילס וואס זענען געקומען צו פליען פון איראן דורכאויס די שעות פון פרייטאג צונאכטס און שבת אנזייענדיג מאסיווע שאדן און פארניכטונג אין פילע שטעט לענגאויס ארץ ישראל. 

די קריג האט זיך אנגעהויבן דאנערשטאג אין די שפעטע נאכט שטונדן ארטיגע זייגער ווען ארום צוויי הונדערט מדינת ישראל פליגערס אנגעהויבן צו אטאקירן איבער עטליכע שטעט אין איראן און האבן חרוב געלייגט מיליטערישע איינריכטונגען, אומגעברענגט איבער צוואנציג מיליטערישע קאמאנדירן און סייענטיסטן אויך אטאקירט עטליכע נוקלעארע איינריכטונגען אריינגערעכנט די נאטאנז נוקלעארע פלענט, אין די ערשטע אנטווארט האט איראן אין די פריע נאכט שטונדן פון פרייטאג ארויסגעשיקט איבער 100 דראונס געצילט קיין מדינת ישראל, לויט מדינת ישראל באאמטע זענען אלע דראונס געווארן אראפגעשאסן אהן אנמאכן שאדנס. 

דורכאויס פרייטאג צונאכטס און שבת האט איראן געשאסן א כוואליע פון זעקס באראזשן וואס זענען אין טאטאל באשטאנען פון איבער 250 לאנג שטרעקיגע באליסטישע מיסילס וואס א גרויס מערהייט דערפון זענען געווארן אראפגעשאסן דורך מדינת ישראל פארטיידינגונג סיסטעמס, אומגעפער 25 זענען געפאלן אויף באוואוינטע געגנטער אין די שטעט תל אביב, ראשון לציון, בת ים, רחובות, רמת גן, און טמרה. פרייטאג צונאכטס איז איין אידישע פרוי אומגעקומען אין רמן גן, צוויי אידן אין ראשון לציון, פינף אראבישע פרויען און קינדער אין שטאט טמרה אין צפון, און נאך זעקס אידן מוצאי שבת אין שטאט בת ים, עטליכע הונדערט זענען פארוואונדעט געווארן אין די פילע אטאקעס וואס פון זיי זענען דא א צאל שווער פארוואונדעטע. די ערגסטע סצענע איז אין שטאט בית ים וואו א באליסטישע מיסיל האט געלאנדעט אויף א הויכע געביידע און שווער געשעדיגט די געביידע, מאמענטאל איז ליידער דא זעקס באשטעטיגטע טויטע הי"ד צווישן זיי א צען און א אכט יעריג קינד און איבער הונדערט פופציג זענען פארוואונדעט געווארן, אויך זענען אומגעפער אכט פארכאפט אונטער די ברוכווארג און עס ווערט געגלייבט אז די צאל אומגעקומענע וועט דראסטיש שטייגן, ה”י.

צוליב די אנגעצויגענע צושטאנד אין לאנד איז די כותל המערבי טיילווייז אפגעשלאסן פאר מתפללים און בלויז 50 מענטשן אויפאמאל זענען ערלויבט צו אריינגיין און נאר ביים אינעווייניגסטע טייל. 

טויזנטער אידן וואס זענען געווען אויפן וועג קיין ארץ ישראל זענען שטעקן געבליבן אין אייראפע נאך וואס די לוד לופטפעלד איז גענצליך געווארן אפגעשלאסן פאר פארקער, צווישן זיי ציילט זיך הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א וואס איז געווען אויפן וועג פון אמעריקע און האט געוויילט אויף שבת אין קפריסין און הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א וואס איז געווען אויפן וועג פון קאנאדע און די פליגער האט געמאכט אן אפשטעל אין רוים, אבער האט זיך צוריקגעקעט קיין אמעריקע וואו ער האט געוויילט איבער שבת אין פלעטבוש. אזוי אויך האבן עסקנים אין די שעות בעפאר שבת געארבעט צו אריבערפירן פון אייראפע קיין קפריסין די נויטיגע צוגעהערן פאר כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וואס איז דארט געבליבן געשטראנדעט אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל נאכן מתפלל זיין ביים ציון פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זצ"ל אין אוקריינע צוליב די יארצייט. צענדליגע חב"ד שלוחים איבער אייראפע שטעלן צו עסן און אלע געברויכן פאר אלע געשטראנדעטע, דערצו געפונען זיך אויף די וועגן און שטעגן פילע חסידי בעלזא מאכנדיג די וועג צום חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א -דעם קומענדיגע מיטוואך- וואס האט פארארדענט אלע חסידים זיך צו אומקערן אהיים און נישט ווארטן אויף קיין נייע פליגערס. לויט ווי דער דירעקטאר פון די לוד לופטפעלד וועט די לופטפעלד שטארק מעגליך זיין פארשלאסן פאר עטליכע וואכן צוליב די מלחמה און עס ווערט געשאצט אז 50 טויזנט מדינת ישראל בירגער געפונען זיך אצינד אין אויסלאנד אהן קיין וועג אהיים. צוליב די אנגעצויגענע סכנה'דיגע צושטאנד האבן פילע מוסדות התורה און ישיבות אין לאנד גענצליך אפגערופן די סדרי הלימודים עד יעבור זעם.

אידישע קינדער זענען מתפלל און מעורר רחמים ביים בורא כל עולמים פאר אחינו בני ישראל אין ארץ ישראל וועלכע זענען איו די יעצטיגע אומשטענדן אונטער די דירעקטע כסדר'דיגע געפאר פון איראנער באליסטישע מיסילס און דראונס ה"י און ווייסן נישט וואס דער קומענדיגע מינוט וועט ברענגען, און האפן אז די דאזיגע אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד וועט זיך עטוואס בארואיגן און מער נישט קאסטן קיין אידיש בלוט ל"ע.
 

צפון קארעא מיליטער שיף פארראכטן
 
פּיאנגיענג –דער צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן האט דערקלערט אז די פינף טויזנט טאניגע נייע מיליטערישע שיף וועלכע איז געשעדיגט געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק ביי דער באנייאונג צערעמאניע, איז שוין פיקס-פארטיג פארראכטן. דרום קארעא באשטעטיגט אז א ספּעציעלע פרישע צערעמאניע איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג וואו קים האט ארויפשפּאצירט אויף דער שיף און האט דערקלערט זיג מיט די שנעלע פארריכטונג ארבעט וואס זיין רעזשים האט באוויזן.
 

בית החיים אין מאלדאווע וואנדאליזירט
 
אייראפּע – וואנדאלן האבן אנגעפירקלט האקנקרייצן און אנדערע נאצישע סימבאלן אויף צענדליגער מציבות אינעם אידישן בית החיים פון מאלדאווע'ס הויפּטשטאט קישינעוו. אויסער די העסליכע גראפיטי האבן די וואנדאלן געשעדיגט פילע מציבות, און די לאקאלע פּאליציי האט אפּגעשפּארט דעם בית החיים צו עפענען א ברייטע אויספארשונג. דער זעלבער בית החיים איז וואנדאליזירט געווארן מיט פינף יאר צוריק ווען 42 מציבות זענען געשעדיגט געווארן.
 

צוויי ברודער חתונה געהאט צו צוויי שוועסטער געבוירן יונגלעך אינעם זעלבן טאג, 
האבן געמאכט א ברית אינעם זעלבן טאג

 
אהייא - מיט עטליכע טעג צוריק איז פארגעקומען א גאר אומגעווענליכע דאפלטע ברית פאר צוויי ניי געבוירן קינדער וואס זענען אריינגעברענגט געווארן בבריתו של אברהם אבינו, די צוויי קינדער זענען דאפלטע ערשטע קוזינעס סיי פון זייער טאטע און סיי פון זייער מאמע זייט דערנאך וואס זייערע טאטעס זענען ברודער און זייערע מאמעס זענען שוועסטער. איין קינד איז א זוהן פון ר׳ משה ששושקין וואס דינט אלס חב"ד שליח אין דער שטאט אקראן, אהייא און רב פון די לאקאלע אנשי ספרד שוהל, און דער צווייטע איז א קינד פון זיין ברודער ר׳ בערל ששושקין וואס דינט אלס חב"ד שליח אין דער שטאט קענט, אהייא וואס געפונט זיך א האלבע שעה צו פארן פון אקראן, נישט נאר זענען די צוויי בעלי ברית ברודער נאר אויך די מאמעס פון די צוויי קינדער זענען שוועסטער פון די דאנאוו פאמיליע און קומען אריגינעל פון דער שטאט לידס אין ענגלאנד.

אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג זענען די צוויי קינדער געבוירן אויפן זעלבן טאג גענוי אינעם זעלבן שעה, ר׳ משה האט א נאמען געגעבן פאר דעם רך הנימול ישראל ארי׳ לייב און ר׳ בערל האט א נאמען געגעבן פאר זיין זוהן מנחם מענדל, זייער עלטערן זאגן אז מען גרייט זיך שוין אויף דעם גרויסע דאפלטע בר מצווה וואס וועט פארקומען אין 13 יאר ארום.
 

ווער איז עכט די עלטסטע רעסטוראנט?

שפּאניע – אין הארץ פון שפּאניע'ס הויפּטשטאט אין מאדריד, טוט די "סאברינא דע באטין" האלטן די אפיציעלע גינעס וועלט רעקארדס טיטל אלס "די וועלט'ס עלטסטע רעסטוראנט". די אייגענטימער זאגט אז דער רעסטוראנט האט געעפנט אירע טירן פאר דריי הונדערט יאר צוריק, אבער אינדרויסן פון מאדריד טענה'ט א קליינע שטילע רעסטוראנט ביים נאמען "קאסא פּעדרא" אז זיי זענען גאר די עלטסטע. זיי האבן אריינגעגעבן זייערע טענות צו די גינעס וועלט רעקארדס ארגאניזאציע דערוועגן.


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.


Chrome pedestal fan, home telephone with built-in answering machine. Both in very good condition. Please call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages