טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ו' חשון תשפ"ו

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Oct 28, 2025, 3:48:59 AMOct 28
to לוח היום אימעיל

ארעסטן אין פּאריזער מוזעאום גניבה
 
פּאריז — די פראנצויזישע פּאליציי האט נעכטן ארעסטירט צוויי חברה וואס זענען געווען פארמישט אין דער געוואגטער גניבה פון העכסט טייערע צירונג שטיקער אין דעם היסטארישן “לואוו” מוזעאום.

פיר באנדיטן זענען געווען פארמישט אין דער געוואגטער איינברוך דעם 19טן אקטאבער ווען זיי האבן דורך קרעינס אויסגעצויגן אויף א טראק אויסגעשאסן די פענסטערס און אנטלאפן אויף סקוטערס מיט גע’גנב’עטע טייערע צירונג.

זייער ארעסט האט פּאסירט פּונקט ווען איינער פון זיי האט זיך געהאלטן ביים ארויסכאפּן פון לאנד און אנטלויפן קיין אלדזשיריע. עס איז אבער נישטא קיין צייכן אז די געג’נב’טע צירונג איז אפירגעקומען.
 

טראמפּ אין דרום-אזיע
 
קולא לומפּור — טראמפּ איז אנגעקומען זונטאג צופרי אויף זיין ערשטן וויזיט צו אזיע אין זיין יעצטיגן טערמין, און געלאנדעט אין מאלאזיע טיילצונעמען אין א סאמיט פון דרום-מזרח אזיאנער לענדער. מ’קוקט ארויס צו א פּראדוקטיוון געשפּרעך שפּעטער אין די וואך צווישן פּרעזידענט טראמפּ און כינע’ס פירער שי דזשינפּינג ווען זיי טרעפן זיך אין דרום קארעא צו זוכן א האנדלס אויסגלייך. טראמפּ האט פריער געווארנט די כינעזער מיט נייע טאריפס צוליב כינע’ס שטרענגע קאנטראלן אויף זעלטענע ערד-מינעראלן.
 

רוסלאנד ערצייגט שרעקעדיגן נוקלעארן מיסיל
 
מאסקווע — רוסלאנד האט אויספּרובירט א שפּאגל נייעם שרעקעדיגן נוקלעארן קרוז מיסיל — דער “בורעוועסטניק”, וואס נאט”א רופט אן “פאלענדער הימל” — וועלכעס קען אנגעבליך דערגרייכן די גאנצע וועלט און דורכלעכערן יעדן איינציגן פארטיידיגונגס סיסטעם. לויט א מעלדונג דורכ’ן רוסישן פירער, גייט דאס אצינד ווערן אריינגעשטעלט אין דינסט, צו שיקן א מעסעדזש אז רוסלאנד גייט זיך קיינמאל נישט בייגן פאר קיין מערב דרוק, בשעת אמעריקע’ס פּרעזידענט טראמפּ שטופּט צו רוסלאנד איינצושטעלן א מלחמה אפּשטעל אין אוקראינע.
 

געוועזענער-משכון אין שטוב פון סלאבאדקער
ראש ישיבה

    
בני ברק — דער געוועזענער משכון בר אברהם קופּערשטיין איז געקומען אין שטוב פון סלאבאדקער ראש ישיבה, הג”ר משה הלל הירש שליט”א אין ב”ב, און דערציילט וועגן זיין איבערלעבעניש. בפרט ווי ער האט זיך אנגעשטרענגט צו היטן שבת. דערציילנדיג “איך האב געמאכט קידוש אויף וואסער אין די טונעלן” און ווי ער פלעגט צו זינגען זמירות שב”ק. ער האט דערציילט ווי א טעראריסט האט געווארנט די גרופּע פון זעקס אז מען גייט אויס’הרג’ענען דריי פון זיי און זיי זאלן אליין אויסקלויבן ווער ס’ווערט גע’הרג’עט ר”ל, האט ער זיך גענומען זאגן 'שמע ישראל’ און זיך איבערגעגעבן אין די הענט פון רבוש”ע. צום סוף האבן ב”ה אלע איבערגעלעבט!
 

8’טער טויטפאל פון מיזעלס אין א”י, ה”י
    
ירושלים — מיט גרויס ווייטאג איז אויפגענומען געווארן די ידיעה אז א צוויי יעריג מיידעלע — האספּיטאליזירט אין הדסה עין-כרם שפּיטאל נאך קאמפּליקאציעס דורך מיזעלס ל”ע, וואו עס האט זיך געפונען אין א קריטישן צושטאנד פאר 10 טעג — איז ליידער געשטארבן שבת ה”י. עס איז שוין דער אכטער טויטפאל אין א”י פון א קליין קינד וועלכן מ’האט נישט וואקסינירט קעגן מיזעלס אין א שנעל פארשפּרייטנדן אונטערגאנג ל”ע. דער פאל העכערט דעם זארג איבער א פארערגערונג פון מיזעלס צוליב קיין וואקסינאציע זייט’ן אנהויב פון די יעצטיגע פארשפּרייטונג אין אפּריל.
 
Please donate here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דריי מזל’דיגע לאטא בילעטן — א חזקה!
 
נישט אפט מאכט זיך אז א סטאר זאל האבן דאס מזל צוצושטעלן א מזל’דיגן לאטא טיקעט, און נאך זעלטענער איז אז עס זאל צושטעלן צוויי און דריי אזעלכע בילעטן, אבער גענוי אזוי האט פּאסירט צו א גאז סטאנציע אין יאנקערס, V&C Taneja, וואס האט פארקויפט פאריגע וואך נישט איינס, נאר דריי “2’טע פּרייז” פּאוערבאל בילעטן פאר א מיליאן דאלער יעדעס איינע! לויט ווי דער סטאר מענעדזשער שאהיד שאך דערציילט קומען דארט אריין יעדן איינציגן טאג נייע קליענטן, יעדער וועלענדיג אז ס’זאל זיך אפּרייבן אין אים אביסל פון דעם סטאר’ס ניי געפונענע חזקה…
 
מחרוזת חב״ד - משה גרונר ויושע קאללער
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
מעמד לחיים לרגל די עפענונג פון א נייע כולל להוראה אין די פארמיטאג שעות אינם בליענדן ישוב קענווי איילענד בהשתתפות הרה"ח ר' יושע חיים שטערנליכט שליט"א וואס געבט די ערשטע האלב פאר פרנס השנה

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
                                    TO LET                                  
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 

                                 LOOKING                                  

געזיכט א carer  פאר קורצערע צייט פאר עלטערע איד אין  ציריך שווייץ - גיט באצאהלט
07794678070

                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
נמצאו שקיות בטיסה מברטיסלבה ללונדון בליל שישי, חזרה מהייאצייט של החתם סופר.
אם זה שלך, אנא התקשר ל־079-446-13613.

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג לך 281025_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages