פרישע באמבארדירונג אין קאריביען ים
ווענעזועלע – די אמעריקאנער מיליטער האט געמאלדן אז זיי האבן דורכגעפירט א פרישע באמבארדירונג אויף א פארדעכטיגטע דראג שמוגלעריי שיפל, אומברענגענדיג זעקס פארדעכטיגטע מיטגלידער פון די ברוטאלע ווענעזועלער "טרען דע אראגוא" גענג. פּענטאגאן סעקרעטאר פּיטער העגסעט האט געזאגט אז די באמבארדירונג איז דורכגעפירט געווארן דאנערשטאג איבערנאכט, און אז אלע אפּעראציעס אינאיינעם קעגן די סארט שיפלעך זינט סעפּטעמבער האבן שוין עלימינירט 40 דראג טעראריסטן. |
|
קארעא: שאנס פאר טראמפּ-קים זיצונג
סעאל – דרום קארעא'ס ספּעציעלער מיניסטער געשטעלט אויף באציאונגען מיט צפון קארעא האט געזאגט אז פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ דארף זיך טרעפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן. דער מיניסטער האט ערווענט אז טראמפּ קומט אויף א באזוך היינטיגע וואך קיין אזיע און וועט רייזן קיין מאלאזיע, יאפּאן און דרום קארעא, און ער אפּעלירט צום ווייסן הויז צו אראנדזשירן א סאמיט מיט'ן צפון פירער, וואס וועט העלפן בארואיגן אנגסט. |
|
אייראפע קלאגט "מעטא" טעכנאלאגיע פירמע
בריסל – די אייראפעאישע יוניאן האט אנגעקלאגט די "מעטא" טעכנאלאגיע פירמע, באשולדיגנדיג אז די אנליין סאציאלע מידיא פלאטפארמעס וואס די פירמע אפערירט האבן פארפעלט צו געבן פאר באנוצער קלארע און גרינגע וועגן וויאזוי צו באריכטן ווען זיי זעען ווי עמיצער האט ארויפגעשטעלט אומלעגאלע אינהאלט. די אייראפעאישע באאמטע זאגן אז מעטא'ס שריט איז א פארלעצונג פון די "דיזשיטעל סערוויסעס אקט" געזעץ, וועלכע פאדערט אז די אלע סערוויסעס זאלן זיין גרינג און צו דער האנט פאר אנליין באנוצער.
|
|
12 יעריג אידיש יונגל אטאקירט אין וויען
עסטרייך – עסטרייכישע פּאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג נאכדעם וואס א צוועלעף יעריג אידיש יונגל איז ברוטאל אטאקירט געווארן דורך צוויי אנדערע סטודענטן וואס לערנען אין די זעלבע סקול ווי אים. לויט ווי די אידישע מוטער האט דערציילט, האבן איינער פון די אטאקירער געשריגן "איד, אויב דו זאגסט א ווארט, וועל איך דערציילן פאר יעדן אז דו ביזט א איד, און דאן וועסטו זען וואס ס'געשעט צו דיר". די באאמטע פארשפּרעכן שטרענגע שריט. |
|
נייער געדענקמאל פאר רודניא קדושים
רוסלאנד – אינעם 84'סטן יארטאג פון די נאצישע מאסן-מארד אויף אידן אין רודניא, רוסלאנד איז דורכגעפירט געווארן א ספּעציעלע צערעמאניע וואו מען האט פריש געשטעלט א געדענקמאל אויפן מאסן-קבר וואו עס ליגן נטמן די גופים פון די הונדערטער קדושים הי"ד. די גופים זענען מיט זעכציג יאר צוריק אוועקגענומען געווארן פונעם גרוב וואו די נאציס ימ"ש האבן זיי אריינגעשטעלט, און מען האט עס אריבערגעפירט צום אידישן בית החיים אין רודניא פאר א הלכה'דיגע קבורה. |
|
|