טעגליכע לוח היום - דינסטאג י"א אייר תשפ"ו

10 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 27, 2026, 10:56:29 PM (2 days ago) Apr 27
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

מוסולמענער פארשוין ארעסטירט און 
אנגעקלאגט צוליב ברוטאל אטאקירן 
חרדישע בילדינג אינספעקטאר נעבן לאנדאן

 

ענגלאנד - א חרדישע בילדינג אינספעקטאר איז פארלאפענע וואך געפאלן א קרבן צו א ווילדע אנטיסעמיטישע אטאקע, אינדערצייט וואס ער האט געהאלטן אינמיטן דורכפירן אן אינספעקציע ביי א געביידע אין די סלאו טאונשיפ אין די בערקשייער געגנט נישט ווייט פון לאנדאן. דער מוסולמענער פארשוין וועלכער האט באמערקט זיין קאפל אויפן קאפ האט אים אנגעשריגן מיט נידריגע לאזונגען, און געסטראשעט צו צעברעכן זיינע ביינער צוליב וואס ער ׳ברענגט אום פאלעסטינער קינדער׳. 

די פאליציי האט ארעסטירט דעם פארשוין, א 48 יעריגער מיטן נאמען שאפיק ראכמאן. ער איז פרייטאג ערשינען פאר א מאגיסטראט ריכטער וואו ער האט זיך דערקלערט שולדיג אויף אנטיסעמיטישע קלאגעס, קומענדיגע יולי איז ער ערווארטעט זיך ווידער צו שטעלן אין געריכט פאר א ענדגילטיגע אורטייל.
 


טראמפּ: איראן געשפּרעכן זענען טעלעפאניש

וואשינגטאן – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז ער האט באשלאסן מער נישט צו שיקן קיין אמעריקאנער דיפּלאמאטן קיין פּאקיסטאן פאר שלום געשפּרעכן, און אז אנשטאט קענען די פארהאנדלונגען פארקומען טעלעפאניש. "אויב זיי ווילן קענען מיר רעדן, אבער מיר גייען נישט שיקן מענטשן צו טראוולען 18 שעה זיך צו טרעפן". טראמפּ האט צוגעלייגט אז די איראנער מיט וועמען מען פארהאנדלט יעצט זענען זייער פארשטענדליכע.
 


זעלטענע לאקאלע וואלן פארגעקומען אין עזה

עזה סיטי – איין שטאט אין עזה האט דורכגעפירט לאקאלע וואלן צום ערשטן מאל אין מער ווי צוואנציג יאר, וואס איז געווען מערסטנס סימבאליש און עס האט ערלויבט פּאלעסטינער אויסצודרוקן זייער ווילן פאר טויש אין דער טעריטאריע. די וואלן זענען פארגעקומען אין שטאט דיער על באלא פאר א ליסטע פון קאנדידאטן און די וואס האבן באקומען די מערסטע שטימען זענען געווען אינדיפּענדענטס אדער פארבינדענע מיט די "פּאלעסטינער אויטאריטעט".
 


טעראריסטן דערמארדן מאלי דעפענס מיניסטער

אפריקע – מאלי'ס פארטיידיקונגס מיניסטער סאדיא קאמארא איז אומגעברענגט געווארן נאכדעם וואס טעראריסטן פארבינדן מיט דעם "על קאידא" טעראר נעץ האבן אונטערגענומען א מאסיוון קאארדינירטן איבערפאל אויף זיין הויז נעבן א צענטראלע ארמיי באזע אינדרויסן פון דער שטאט באמאקאו. באריכטן צייגן אז די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך די איסלאמישע טעראריסטן מיט הילף פון א לאקאלער רעבעלן גרופּע, געצילט קעגן די מיליטערישע כונטא וואס איז אין קאנטראל פון די געפּלאגטע מאלי.


בַּר יוֹחַאי וְאַיִן קוֹרָא לָהּ:
מדינת ישראל אויטעריטעטן באשלאסן צו גענצליך אפרופן הילולת הרשב"י אין מירון

מירון - שטייענדיג א וואך בעפאר יום טוב ל"ג בעומר, אין א צייט וואס הונדערטער טויזנטער אידן האבן זיך געגרייט בהכנה דרבה צו אנקומען קיין מירון צו פייערן דעם הילולא קדישא פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, זענען מדינת ישראל אויטעריטעטן ארויסגעקומען מיט א באשלוס צו אפרופן די היי יעריגע הילולא צוליב אן אזוי גערופענע זיכערהייט געפאר. 

די באשלוס איז געקומען נאך א זיצונג די נאכט ביי פרעמיער מיניסטער נתניהו מיט די זיכערהייט פירער פון לאנד ווי עס איז געווארן דיסקוסירט די אנצויגענע סיטואציע ביים צפון גרעניץ, און דערנאך איז ערשינען די אפיציעלע באשלוס פון דער רעגירונג סעקרעטאר יוסי פוקס אז צוליב די גרויסע צאל ערווארטעטע באטייליגטע וואס איז אוממעגליך צו פארזיכערן פון פליענדע כיזבאללא ראקעטן, וועט די הילולא נישט קענען פארקומען ווי געווענדליך. 

לויט די יעצטיגע פארשריפטן פון די מיליטער איז פארהאן א פארבאט פאר פארזאמלונגען מיט מער ווי 1,500 באטייליגטע אינעם גאנצן מושב מירון, דאס מיינט אז דורכאויס ל"ג בעומר וועלן זיך קענען געפונען אויפן הר מירון נישט מער ווי 1,500 מענטשן אויף איינמאל.
 


ווילדער איבערפאל אויף איד אין בריסל מעטרא

אייראפּע – א אידישער מאן זאגט אז ער איז איבערגעפאלן געווארן אין דער בריסל מעטרא אין בעלגיע דורך דריי פּארשוינען וועלכע האבן געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען. דער איד דערציילט אז די דריי האבן אים אטאקירט אויף דער באן נאך וואס ער האט געפרעגט דירעקציעס, ווארפנדיג אים צו דער ערד, אראפּשיסנדיג זיינע ברילן, צערייסנדיג זיין העמד און אים געשלאגן אין פּנים. ער האט פּרובירט זיי נאכלויפן אנע ערפאלג. די פּאליציי האט נאכנישט קאמענטירט.
 


איד אטאקירט פארנט פון שוהל אין קאנאדע


קאנאדע – א מתפּלל איז געשלאגן געווארן אינדרויסן פון דער ספרדי'שער קהילה צענטער שוהל אין וואהאן, אנטעריא, קאנאדע פארלאפענעם שבת, נאכדעם וואס א פארדעכטיגטער פּארשוין האט פּרובירט זיך איינצוברעכן אינעם שוהל און איז אפּגעשטעלט געווארן דורך זיכערהייט אגענטן. דער פּארשוין האט מודה געווען אז ער וויל נישט אריינקומען צו דאווענען, און א קורצע וויילע נאכ'ן ווערן בלאקירט פון אריינגיין האט ער זיך צוריקגעקערט און איז איבערגעפאלן דעם איד.
 


איז אייער לענדליין כשר?
אייער פשוט'ער היים טעלעפאן וועט (פון יאר 2027) דארפן האבן צוטריט צום אינטערנעט.

RCUK ברענגט א ספעציעלן דורכברוך,
כשר-קאנעקט, וואס וועט אייך ערלויבן צו
האבן א לענדליין אן קיין שום פארבינדונג
מיט'ן אינטערנעט.

 
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א פארק אדער לאמבער יארד פאר גנבים?
 
ניו יארק סיטי – א פארק אין קווינס איז פארוואנדלט געווארן אלס די פערזענליכע לאמבער יארד און היים-רענאוואציע צענטער פאר לאקאלע איינוואוינער וואס ווילן זיך שפארן א דאלער. איינוואוינער באקלאגן זיך אז פילע קומען צום פארק און רייסן פשוט ארויס ביימער און פלאנצונגען פון די גרינע גראזן, טראגנדיג עס דערנאך אהיים און פלאנצנדיג עס ביי זיך אין די הויפן. מיטגלידער פון א וואלונטיר גרופע זאגן אז זיי האבן לעצטנס געכאפט אן איינוואוינער אויסרייסן טייערע קאבל-שטיינער פון א שפאציר-שטראז אינעם פארק, און די פרוי האט עס דערנאך גענוצט אויסצופלאסטערן פארנט פון איר היים.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

“For Sale: 2016 Skoda Superb SEL Executive, 2.0L Diesel, 93,000 miles, ULEZ compliant, £35 annual road tax, MOT valid until April 2027. Price: £8,650. call/text: 07954 811066.”


עס ווערט געזוכט צו קויפן א charity ביטע רופט 07361627142 אויב נישט קיין ענטפער ביטע לאזט א מעסעדש.

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Brand new office space to let: Desks to let in a fully serviced female office. Tottenham area. £65-£85 per week. Contact 07503129217

2 Bedroom flat to rent in Lewis Graden, Ground Floor £2400 Pcm
email flatto...@gmail.com

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890

Looking to rent a garage to park a car in Stratford hill 
tsv...@gmail.com

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג אמור 280426.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages