טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך י"ז אלול תשפ"ה

46 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 9, 2025, 4:10:20 PM (10 days ago) Sep 9
to לוח היום אימעיל

פראנצויזישע רעגירונג קאאליציע צעפאלן
 
פּאריז — פראנקרייך איז אריינגעווארפן געווארן אין פּאליטישע כאאס נעכטן נאך וואס די נאציאנאלע אסעמבלי האט געשטימט מיט 364 קעגן 213 ארויסצואווארפן פּרעמיער מיניסטער פראנסווא בעיראו, אפּצייכענענדיג פּרעזידענט עמאניועל מאקרון'ס צווייטע רעגירונג צוזאמפאל אין ווייניגער ווי א יאר. בעיראו האט רעזיגנירט נעכטן נאכ'ן ווארענען געזעצגעבער איבער פראנקרייך'ס פּראבלעמען מיט'ן בודזשעט דעפיציט און נאכ'ן וועלן שניידן שפּענדונג, אבער די געזעצגעבער האבן עס נישט געוואלט אננעמען.
 

ארגענטינע וואקלט נאך עלעקשאן פארלוסט
 
בוענאס איירעס — די מארקעטס אין ארגענטינע האבן נעכטן געטראסקעט נאכדעם וואס די "פרידאם עדווענסעס" פּארטיי פון פּרעזידענט האוויער מילעי האט געוואונען בלויז 34 פּראצענט פון די בוענאס איירעס פּראווינציאנעלע עלעקשאנס, פארלירנדיג צו די לינקע פּעראניסטן וואס האבן באקומען 47 פּראצענט – אין א קלאפּ פאר מילעי'ס רעגירונג ערב די קאנגרעסיאנאלע וואלן אין אקטאבער. דער פּעסא איז געפאלן מיט 4 פּראצענט און גרויסע ארגענטינער סטאקס האבן פארלוירן 18 פּראצענט.
 

כאמאס אנטזאגט נייע פייער אפּשטעל דיעל
 
עזה – די כאמאס טעראר גרופּע האט נעכטן אנטזאגט די לעצטיגסטע פייער אפּשטעל פארשלאג וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט – איין טאג נאך וואס פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט אז מדינת ישראל האט עס אקצעפּטירט. דער דיעל רופט פאר א פּערמאנענטן פייער אפּשטעל און פאדערט כאמאס צו באפרייען אלע לעבעדיגע און נישט-לעבעדיגע משכונות אינעם ערשטן טאג. כאמאס זאגט זיי וועלן דאס נישט קענען באווייזן ווייל טייל משכונות זענען אין געגנטער וואו זעלנער אפּערירן.
 

ארץ אל תכסי דמם: 6 נרצחים הי"ד פון שרעקליכער טעראר אטאקע שיסעריי אין ירושלים
 
ירושלים — דרכי ציון אבילות: נעכטן אין די ביינאכט שטונדן האבן זיך אנגעהויבן די טרויעריגע לויות פון די זעקס טייערע קרבנות הי"ד וועלכע זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אין א שרעקליכער אראבישער טעראר אטאקע וואס האט פּאסירט אין ירושלים עיה"ק.

די שוידערליכע טעראר אטאקע האט פּאסירט ווען צוויי באוואפנטע טעראריסטן פון אראבישע דערפלעך נעבן ירושלים זענען אנגעקומען צו דער רמות געגנט, צופארנדיג צו א באס סטאפּ וואו זיי האבן געעפנט פייער אויף א באס אנגעפולט מיט חרדי'שע פּאסאזשירן.

די צוויי טעראריסטן האבן געשאסן אן קיין אויפהער רונדעס קוילן אויפ'ן באס. א טומל איז אנטשטאנען און מאסן האבן גענומען לויפן אראפּ פונעם באס אין אלע דירעקציעס. נאך עטליכע שרעקליכע מינוטן האבן 2 באוואפנטע געשאסן און עלימינירט די טעראריסטן.

ליידער האט זיך שנעל ארויסגעשטעלט אז די שיסעריי אטאקע האט געקאסט 6 קרבנות הי"ד, און אויסער דעם זענען געווען מערערע פארוואונדעטע, אריינגערעכנט זעקס וואס זענען געווען ערנסטער פארוואונדעט און אפּגעפירט געווארן צו ארומיגע שפּיטעלער.

די נרצחים זענען אידענטיפיצירט געווארן ווי פאלגנד:

- הרה"ח ר' לוי יצחק פּאש הי"ד, 57 יאר אלט, וועלכער האט געארבעט אין "ישיבת קול תורה" אין בית וגן ירושלים און איז געווען באקאנט מיט זיין חסד און לימוד התורה.

- האברך ר' יעקב פּינטו הי"ד, 25 יאר אלט. ער איז געבוירן אין שפּאניע און אלס בחור געקומען קיין ארץ ישראל. ער איז געווען א מדריך אין ישיבת "חדוות התורה" ירושלים.

- הרה"ג ר' אלטר ישראל הכהן מענצער הי"ד, 31 יאר אלט. ער האט געלערנט אין כולל "מישרים" אין גבעת שאול און איז געווען אויפ'ן וועג צו לימוד התורה אין כולל.

- האברך ר' יוסף דוד הי"ד, 43 יאר אלט. ער איז געווען באקאנט אלס א גרויסער תלמיד חכם און איז געווען אויפ'ן וועג צום לערנען מיט די ספרים אין זיינע הענט.

- ר' מרדכי שטיינצוג הי"ד, 79 יאר אלט. ער איז געקומען פון אמעריקע יארן צוריק און געגרינדעט א באקאנטע בעקעריי אין בית שמש, זייענדיג באוואוסט מיט חסד.

- האשה מרת שרה מענדעלסאן הי"ד, 57 יאר אלט. זי איז אריגינעל פון ארגענטינע און האט אויפגעשטעלט א שיינע אידישע שטוב אין רמת שלמה אין ירושלים.

אידן איבער דער גארער וועלט לאזן טרערן פאר די טייערע נפשות וואס זענען אזוי טראגיש און ברוטאל אוועקגעריסן געווארן, און מען רייסט איין אז עליהם השלם כל הקרבנות כולם, אז השי"ת זאל שוין אונז ארויסנעמען פונעם ביטערן גלות בביאת הגואל במהרה דידן.
 

טראגעדיע: איד דערטראנקען אין פּארטא ריקא
 
פּארטא ריקא — א טראגעדיע האט פּאסירט זונטאג אווענט אין דער אמעריקאנער טעריטאריע פּארטא ריקא, וואו ר' ישראל מרדכי גאלדסטאון ע"ה איז אומגעקומען נאכ'ן זיך דערטרענקען, אין יונגן עלטער פון בלויז 34 יאר. ר' ישראל מרדכי ע"ה איז אריגינעל געווען פון שיקאגא און זיך געצויגן קיין פאר-ראקאוועי אין ניו יארק, און האט געוואוינט רוב צייט פונעם יאר אין פּארטא-ריקא אלס טייל פון א וואקסנדיגע אידישע געמיינדע דארט. ער וועט קומען לקבורה אין ניו יארק. יהא זכרו ברוך.
 

Good news within three months! 

The fund established by the Gedolei HaDor shlit"a at Kupat Ha'ir for desperately poor kallos who are about to get married but have nothing 

A decree from the Gava"d of the special Beis Din- Maran Posek HaDor Mara d'Ara d'Yisrael
Rabbeinu HGR' Moshe Sternbuch shlit"a:

"Even though we are not worthy of this, nevertheless since HaKadosh Baruch Hu is good to every person, even to someone who isn't deserving
We, the earthly Beis Din, decree and HaKadosh Baruch Hu shall fulfill
That all who contribute the sum that we are requesting for Kupat Ha'ir's Likras Kallah Fund
Should be given good news within three months of the time they made their pledge for the donation- and HaKadosh Baruch Hu should pay them the reward that they deser…
 
Please donate here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דורכגעפאלענע רעקארד
מיט ביר-טרעגער

 
דייטשלאנד – ביי א גרויסע פעסטיוואל פון ביר אין בייערן, דייטשלאנד האט א טשאמפּיאן ביר-טרעגער (יא, ס'איז דא אזוינס אויך...) פּרובירט צו ברעכן זיין אייגענעם רעקארד איבער וויפיל גלעזלעך ביר ער קען טראגן אויפאמאל. אלעווער סטראמפּפעל האט פּרובירט צו טראגן 31 אנגעפולטע איין-ליטער ביר גלעזלעך פאר א שטרעקע פון פערציג מעטער, און ער האט שוין געהאלטן גאר נאנט צום ענדע פון דער שטרעקע, ווען צוויי זענען אראפּגעפאלן, נישט ברעכנדיג זיין פריערדיגן רעקארד פון 29 גלעזלעך.
 
מקהלת נשמה & מוטי ויזל - המלך
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\
2 bed house in hull for sale 72k let for £450 pcm please text 07957654017 or a7957...@gmail.com
For sale
Toyota prius T-spirit
2007
102k miles
Some scratches and dents
£10 road tax per year
Just passed MOT
Selling for £2,300 +44 7759 242361

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283
א היימישע ת"ת זוכט א מלמד לפנה"צ פאר כיתה ג' אנצייבען חשון"
אינטערעסירטע ביטע רופט:
07388997032
אויב קיין ענטשפער ביטע לאזט א הודעה מיט אייער נאמען און נומער

                                 LOOKING                                  
זוכט צו קויפן א גרייטע סוכה  סייז 10*12  רופט 07543511207
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
100925 ד כי תבוא_compressed (1).pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages