טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ד' אלול תשפ"ה

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Aug 27, 2025, 10:25:23 PMAug 27
to לוח היום אימעיל

ווייסע הויז באנייט פּרואוון פאר פּוטין-
זעלענסקי צוזאמטרעף

 
וואשינגטאן – די טראמפּ אדמיניסטראציע האט באנייט זייערע פּרואוון צוזאמצוברענגען א זיצונג צווישן דעם אוקראינישער פּרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי און דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין, אין א פּרואוו צו ברענגען אן ענדע צו די בלוטיגע מלחמה.

פּרעזידענט טראמפּ'ס דיפּלאמאטישער שליח סטיוו וויטקאף איז ערווארטעט זיך צו טרעפן ענדע היינטיגע וואך מיט רעפּרעזענטאטן פון אוקראינע אין ניו יארק, און ער זאגט אז דאס שיקט א גרויסע סיגנאל און וועט לייגן דרוק אויף פּוטין איינצוגיין פאר א זעלענסקי זיצונג.

טראמפּ אליינס איז נעכטן אנגעפרעגט געווארן צי ס'איז דא א נייע אולטימאטום אויף פּוטין יעצט אז ער שלעפּט ארום מיט די געשפּרעכן, אבער טראמפּ האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן, נאר זאגנדיג אז ער ערווארט גרויסע אנטוויקלונגען איבער די מלחמה אין די נאנטע טעג.
 

אייראפּעאישע ווילן נישט טרופּן אין קיעוו
 
ענגלאנד – אייראפּעאישע פירער באטראכטן פּלענער צו שיקן טרופּן קיין אוקראינע נאך וואס א פּאטענציעלע שלום אפּמאך ווערט דערגרייכט מיט רוסלאנד, אבער די אייראפּעאישע לענדער שטייען אויס קעגנערשאפט פון זייערע בירגער. אינדערצייט וואס פראנקרייך און ענגלאנד שטופּן פאר א שלום-היטער טרופּן אנוועזנהייט אין אוקראינע, צייגן אנקעטעס אז מאיאריטעטן אין דייטשלאנד, איטאליע און אין פּוילן זענען דערקעגן, צוליב זארג אז זייערע לענדער זאלן נישט ווערן צו אריינגעשלעפּט.
 

יו-ען באאמטער אונטער איראנער געפאר
 
מיטל-מזרח – דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט אז דער פירער פון די יו-ען אינטערנאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור ראפאעל גראסי איז געשטעלט געווארן אונטער פּערזענליכע שוץ רונדע דעם זייגער, נאכדעם וואס שפּיאנאזש האט געצייגט א ספּעציפישע געפאר אויף זיין לעבן דורך איראנער-פארבינדעטע פּארשוינען. טעהראן באשולדיגט גראסי אין צוברענגען מדינת ישראל'ס מלחמה מיט צוויי מאנאטן צוריק דורך זיינע באריכטן איבער איראן'ס נוקלעארע פּראגראם.
 

עגיפּטן טרענירט פּאלעסטינער קראפט
 
קאירא – עגיפּטן האט אנגעהויבן טרענירן הונדערטער פּאלעסטינער צו קענען עווענטועל פארמירן א זיכערהייט קראפט פון צען טויזנט פּערזאנען צו העלפן רעגירן עזה נאך דער מחחמה, און רוב פון די רעקרוטירטע קומען פון די פּאלעסטינער אויטאריטעט און טייל פון פאטאח אין עזה. דער פּלאן, וועלכע ווערט געשטיצט דורך עטליכע אראבישע לענדער, שטייט אויס ווארשיינליכע קעגנערשאפט פון מדינת ישראל, וועלכע האט שוין לאנג בלאקירט פּאלעסטינער אויטאריטעט קאנטראל אין עזה טעריטאריע.
 

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף-סיגוט זצ"ל למנוחות
 
ארה"ק – נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש. מיט צער האט כלל ישראל אויפגענומען דאס הסתלקות פון האי צדיק כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל וועלכער איז ליידער ארויף בסערה השמימה אין עלטער פון 75 יאר, נאכן זיין על ערש דוי פאר עטליכע טעג דערנאך וואס דער רבי זצ"ל האט געליטן פון אן ערנסטע סטראוק פארלאפענע ערב שבת. די מסע הלוויה איז ארויס מבית מדרשו אויף רחוב רפפורט אין די בית ישראל געגנט און דער רבי איז געקומען לקבורה אויפן הר הזיתים אין אוהל אדמור"י בית קרעטשניף.
 

נעא-נאצי דערקלערט איד אין טורמע
 
בערלין – דייטשלאנד'ס רעגירונג באטראכט צו צוימען ליבעראלע געזעצן וואס לאזן מענטשן טוישן אידענטיטעט גרינגערהייט, נאך וואס א נעא-נאצי האט זיך דערקלערט אלס א איד. די רעדע איז פון סווען לייביך, א העסליכער נעא-נאצי וועלכער גייט אט אנהייבן אן אכצן מאנאטן טורמע טערמין אין שטאט כעמניץ אויף האס קלאגעס, און ער האט דערקלערט אז ער איז אן ארטאדאקסישער איד געווארן און ער מוז באקומען כשר'ע מאלצייטן און א רב באגלייטער אין טורמע.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

געשטראנדעט געווארן אויף גליטשער
 
קאנעטיקוט – א 40 יעריגער מאן איז געראטעוועט געווארן נאכ'ן ווערן געשטראנדעט מיט'ן קאפּ ערשט אינעווייניג אין א רער-גליטשער פון אן עלעמענטערי סקול. פייערלעשער האבן געארבעט מיט פארשידענע געצייג צו אויפשניידן דעם גליטשער אין האלב און האבן באפרייט דעם פארכאפּטן מאן נאך בערך דרייסיג מינוט. דער מאן האט געליטן דיהיידרעישאן, אבער האט אנטזאגט באהאנדלונג און אנטלאפן פון די סצענע.
 
כי בשם קדשך - חיים פולק, צביקי לוין
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
 
                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 

                                 LOOKING                                  

 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
280825 ה שופטים.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages