טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ט' תמוז תשפ"ו

15 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 23, 2026, 10:30:53 PM (14 hours ago) Jun 23
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אמעריקע ערלויבט איראן פארקויפן איר אויל

טעהראן – די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן באשטעטיגט צייטווייליגע ערלויבעניש פאר איראן צו פארקויפן איר אויל אין אמעריקאנער דאלארן, אריינגערעכנט פאר אמעריקאנער קאסטומערס, דורכ'ן סוספּענדירן הויפּט סאנקציעס פאר צוויי מאנאטן אין לויף פון די יעצטיגע אנגייענדיגע דיפּלאמאטישע פארהאנדלונגען. עס איז דאס ערשטע מאל אין לאנגע צענדליגער יארן וואס איראן האט די מעגליכקייט צו האנדלען אזוי פריי און אפן מיט איר אויל, און מיט אמעריקע'ס פולע צושטימונג.


רעכטער פּאפּוליסט געווינט קאלאמביער וואלן

באגאטא – דער שטארק-רעכטער פּאפּוליסט אבעלארדא דע לא עספּריעלא האט שמאל געוואונען די פּרעזידענטליכע וואלן אין קאלאמביע, באזיגנדיג דעם לינקן קעגנער אייווען סעפּעדא מיט קנאפּע 247,000 שטימען. עספּריעלא, וועלכער איז באקאנט אגב אלס א שטארקער אידן-פריינט, האט קאמפּיינט מיט פארשפּרעכונגען צו נעמען גאר שטייפע שריט קעגן קאקעין-שמוגלעריי באנדעס, אויסברייטערן טורמעס און איבערדרייען די אומפּאפּולערע פּאליסיס פון יעצטיגן פּרעזידענט פּעטרא.
 

דריקט דא

שרעקליכע שיסעריי אין מאנטרעאל אידישע געגנט קאסט אידישן קרבן הי״ד

מאנטרעאל – א שרעקליכע שיסעריי האט אויפגעציטערט מאנטרעאל מאנטאג, ווען א באוואפנטער פּארשוין האט געעפנט פייער אין דער קאט-דע-ניעזש געגנט, וואו עס איז דא א פארנומענע חב"ד שוהל, עטליכע אידישע געשעפטן און אפיסעס, און עס האט געקאסט איין אידישן קרבן הי״ד.

לויט די ערשטע באריכטן האט דער שיסער געעפנט פייער הארט אינדרויסן פון א אידישן רעסטוראנט, און מאנטרעאל פּאליציי אפיצירן האבן רעאגירט צו דער סצענע מיט א שטארקע מאכט, אבער דער שיסער האט געשאסן און אומגעברענגט איינעם פון די אפיצירן אויפ'ן ארט.

אין לויף פון די נאכמיטאג שטונדן זענען געווען געמישטע באריכטן איבער מעגליכע אידישע קרבנות, און עס איז ליידער קלאר געווארן אז דער איד משה מיכאל מזרחי הי״ד איז אומגעקומען. לויט די באריכטן איז ער בטעות געשאסן געווארן דורך פאליציי אפיצירן ביים פרובירן אנטלויפן פוו דער שיסעריי.

דער שיסער איז אומגעברענגט געווארן דורך די פּאליציי אויפ’ן ארט, אבער די גאסן ארום זענען געבליבן אפּגעשפּארט פאר א לענגערע וויילע, צוליב זארג אז עס האנדלט זיך פון מער ווי איין שיסער. די אויטאריטעטן האבן א וויילע שפּעטער דערקלערט די סצענע פארזיכערט און דער אינצידענט פאראיבער.

צוליב וואס די שיסעריי האט פּאסירט אין א שטארק-אידישע געגנט, ביי אידישע געשעפטן, האט מען באלד פארדעכטיגט אז עס איז געווען א געצילטע אנטיסעמיטישע שיסעריי אטאקע, אבער די מאנטרעאל אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן נאכנישט אידענטיפיצירט א מאטיוו.

די אידישע מאנטרעאל באוויינט דעם אידישן קרבן, און איז אויפגעציטערט איבער דער שיסעריי אטאקע. מען איז מתפּלל אז די שווערע פּאליטישע ווינטן וואס בושעווען אלוועלטליך זאלן מער נישט קאסטן קיין אידישע קרבנות.
 


דריי אידן אומגעקומען אין פליגער קראך ה"י

מערילענד – דריי אידן פון ארץ ישראל, יואב באמרינד, אלעד נאידיק און דוד ראבינאוויטש, זענען טראגיש אומגעקומען ווען א קליינע פליגער האט געקראכט אין א וואלדיגער געגנט אין באווי, מערילענד, אינמיטן א פלי רייזע פון אושען סיטי, ניו דזשערסי פארלאפענעם מוצאי שבת. די ברוכווארג פונעם פליגער איז ערשט אפּגעפונען געווארן זונטאג אינדערפרי נעבן א באוואוינטער געגנט, און עס זענען אראפּגעקומען מתעסקים און אנדערע וואלונטירן צו פארזיכערן כבוד המת.

דריקט דא
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דזשאנאטאן דער טשורעפּאכע, 194 יאר אלט!
 
אייראפּע – "דזשאנאטאן" איז 194 יאר אלט, אבער ניין, נישטא א מענטש היינט צוטאגס וואס איז אין אזא הויכן עלטער, נאר מען רעדט פון א טשורעפּאכע, וועלכער טראגט דעם נאמען און איז היינטיגע וואך אנערקענט געווארן אלס די עלטסטע לעבעדיגע לאנד-באשעפעניש, קריגנדיג א מעדאל פון דער "גינעס וועלט רעקארדס" ארגאניזאציע. דזשאנאטאן איז אויך די סאמע עלטסטע טשורעפּאכע צו לעבן זינט מען האלט חשבון אויף די זאכן. טראץ וואס ער האט שוין נישט זיין חוש הראיה און חוש הריח, איז ער ווייטער געזונט.
 
משה דוד וייסמנדל - כי ימינך
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
בימים אלו התחילו בשעטומ‘‘צ בבניית בית המדרש הגדול דחסידי ויזניץ בלונדון
ב85-89 Stamford Hill, ובכדי שלא להפריע ללומדים והמתפללים הרבים
נבנה בית מדרש זמני במקום עד להשלמת הבניין בס‘‘ד.

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

For sale Toyota Avensis Verso, 122K miles, excellent condition, £1850, call 07949810047.


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

For rent: 3 Bedroom flat in Davos Platz, 28 July - 06 Aug, for £3500, call or text 07745276939

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
FOR SALE 
Antill Road Area
 2 Bedroom flat
ground floor 
separate kitchen / diner
Long lease 
£320,000 
please call 07930 460114 and leave a message.

                                   TO LET                                  
2 Offices became available to rent in the Dunsmure/Bethune Rd Area, call/Text 07493 360429

Office for Rent Daily/Weekly Rates. call or text 07901939961

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
2 brand new modern houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3  combined, 
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Vacancy:
We are looking for a Cheider Van driver.
Luxury van provided.
Well paid.
Call/text  07308 273289.
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin  with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ד חוקת בלק 240626_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages