טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג ה' ניסן תשפ"ו

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 23, 2026, 5:06:39 AM (14 days ago) Mar 23
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

פאניק אין מאנטשעסטער איבער אטאקע

ענגלאנד – פאניק איז אנשטאנען אין מאנטשעסטער, ענגלאנד נאכדעם וואס פאליציי זענען אראפגעקומען רעאגירן צו באריכטן איבער א פארשוין וועלכער איז געווען געקליידעט אין מיליטערישע סארט קליידונג האט זיך געדרייט אין א קינדער פארק נעבן א חרדי'שע געגנט. צענדליגער אפיצירן זענען אראפגעקומען און ארעסטירט דעם פערזאן צוליב זארג וועגן א מעגליכע זיכערהייט געפאר, אבער עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די קליידונג איז געווען פשוט פאר פיזישע טרענירונג, און ס'איז געווען קיין געפאר.
 


צענדליגער געשעדיגט ה"י פון איראנער
מיסיל אטאקעס אויף ערד און דימונה

ארץ ישראל – א סעריע איראנער מיסילס זענען געפלויגן מוצאי שבת פון איראן און האבן באטראפן באוואוינטע געגנטער אין די חרדי'שע שטאט ערד און אין דער שטאט דימונה, פירנדיג צו צענדליגער פארוואונדעטע ה"י און גאר שווערע שאדנס.

אין ערד זענען זיבעציג פארוואונדעטע עוואקואירט געווארן צו שפיטעלער, אריינגערעכנט זעקס אין אן ערנסטע צושטאנד, דרייצן אין א מעסיגע צושטאנד און פערציג בלויז לייכט פארוואונדעט. דער מיסיל האט געברענגט אסאך דעסטרוקציע אין שטאט.

אין דימונה האט די איראנער מיליטער געשאסן מערערע מיסיל באראדזשעס אין לויף פון עטליכע שעה, און איין מיסיל האט געלאנדעט אויף דער שטאט, פירנדיג צו פופציג פארוואונדעטע, אריינגערעכנט א צען יעריג קינד ערנסט פון שראפנעל שטיקער.

די צוויי מיסיל אטאקעס דורך איראן אויף באוואוינטע שטעט איז געקומען צוליב וואס די געווענליכע לופט פארטיידיגונג סיסטעמען האבן נישט פונקציאנירט געהעריג און נישט אראפגעשאסן די מיסילס. די סיבה דערצו ווערט דערווייל אויסגעפארשט.

אנאליסטן זאגן אז דאס צייגט אז איראן ווערט מער ווילד און געוואגט מיט אירע מיסיל אטאקעס, און אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט זענען ווייטער מתפלל פאר אחינו בני ישראל אין ארץ הקודש, אז די מלחמה זאל נישט קאסטן קרבנות.
 

דריקט דא פארן לינק צו קויפן דעם ראפעל

אמעריקע באטראכט כארג אינזל מיסיע

מיטל מזרח – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט אן ערנסטע ריזיקאלישע פלאן צו פארכאפן אדער בלאקירן די כארג אינזל, צו לייגן דרוק אויף איראן אז זיי זאלן צוריקעפענען דעם הארמוז וואסער וועג, אין א שריט געצילט צו גרינגער מאכן וואקסנדע גלאבאלע ענערגיע פרייזן. די כארג אינזל איז א קריטישע צענטער פאר איראן'ס אויל פראדוקציע און ליפערונג, און אויב וועט אמעריקע באמבארדירן אדער בלאקירן דעם אינזל וועט איראן שפירן דרוק ארום דעם הארמוז.


כינע'ס עקאנאמישע ווערד גאר געפאלן

בעיזשינג – טראץ שטארקע פראדוקציע און גלאבאלע פירערשאפט אין אינדוסטריעס ווי עלעקטראנישע קארס און סאלאר טעכנאלאגיע, טוט כינע'ס עקאנאמיע פארלירן גלאבאלע וואג אין דאלאר טערמינען צוליב אינפלאציע און אן אפגעשוואכטע וואלוטע, וואס האט אפגעשוואכט איר פראצענט קאנטראל פון די גלאבאלע עקאנאמיע פון א הויכפונקט אין יאר 21', ווען זיי האבן באטראפן 18.5 פראצענט פון די גלאבאלע עקאנאמיע, צו א שוואכע פאזיציע היי יאר פון 16.5 פראצענט.
 


דענמארק גרייט זיך פאר קריטישע וואלן
 
אייראפע – דענמארק רוקט זיך פאראויס צו א שמאלע און היציגע פארלאמענט עלעקשאן, וואו דער פרעמיער מיניסטער מעטע פרעדעריקסען זוכט צו געווינען א דריטע טערמין אויפן בענקל. דאמעסטישע אישוס ווי די לעבנס קאסטן און א פארגעשלאגענע רייכטום שטייער דאמינירן דעם קאמפיין, אבער עס איז פארטונקלט פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ'ס פרואוון צו פארכאפן קאנטראל אויף גרינלאנד, וואס האט געהאט צייטווייליג געהויבן פרעדעריקסען אין די אנקעטעס ביז עטליכע וואכן צוריק.
 

שוהל אין אדעסא געשעדיגט פון דראון

אוקריינע – ברוכווארג פון א רוסישע דראון אטאקע האט געשעדיגט א צענטראלע שוהל אין די אוקריינישע שטאט אדעסא, אלס טייל פון א ברייטערע רוסישע אטאקע פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט אויף דער שטאט. די שוהל וואס איז באטראפן געווארן ווערט אנגעפירט דורך די "תקוה" צדקה קאסע, און די אטאקע האט איבערגעלאזט הונדערטער עסנווארג הילפס פעקלעך וואס איז געווען צוגעגרייט פאר ארימע משפחות, באגראבן אונטער הויפענעס ברוכווארג. קיין שום איד איז נישט געשעדיגט געווארן.
 

Allow UC claimants with start-up-businesses to receive payments for 3 years
UC - petition
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער באטל איז אנגעקומען נאך צוויי יאר
 
סקאטלאנד – א מאן וועלכער האט שפאצירט מיט זיינע הינטלעך אין סקאטלאנד האט אנטדעקט א מעסעדזש אין א באטל וואס איז געווארן אריגינעל געשיקט פון קאנאדע. דער בריוו איז געווען געשריבן אויף די פראנצויזישע שפראך און אריינגעשטעלט אין א פלאסטיק זעקל אינעווייניג אינעם באטל, האט געבעטן אז דער וואס געפונט עס זאל זיך פארבינדן מיט דעם וואס האט געשריבן דעם בריוו, אנגעבנדיג אן אדרעס. דער באטל איז געפארן פון קאנאדע קיין סקאטלאנד פון אוגוסט יאר 24' ביז יעצט.
 
Beri Weber, Shloime Gertner, Hershy Rottenberg & Yossi Green - Pesach Nachas
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
The NW London Local news 2 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

1-2 bedroom flat available now  in  Filey Ave: Call 07977428767
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ב צו 230326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages