טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ו' ניסן תשפ"ו

19 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 23, 2026, 9:37:41 PM (13 days ago) Mar 23
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

שאקירנד: פיר הצלה אמבולאנסן אין גאלדערס גרין פארניכטעט אין אנטיסעמיטישע אטאקע 

גאלדערס גרין – א שאקירנדע אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקע איז די נאכט פארגעקומען אין די גאלדערס גרין געגנט, וואו פיר אמבולאנסן פון חברה הצלה זענען פארניכטעט געווארן אין העלישע פלאמען נאך א פייער וואס איז בייזוויליג אונטערגעצינדן געווארן דורך א גרופע פארמאסקירטע כוליגאנעס. 

אויף א ווידעא רעקארדירונג פונעם אינצידענט זעהט מען דריי פארמאסקירטע כוליגאנעס אנקומען צום הצלה פארקינג לאט אויף הייפיעלד ראוד נעבן ביהמ"ד מחזיקי הדת, קורצליך נאך 1:30 ביינאכט ארטיגע זייגער, מיט א שיסל פון שמאטעס געווייקט אין ברענשטאף לייגן דאס אונטער די אמבולאנסן און צינדן דאס אונטער, און אנטלויפן גלייך דערנאך פון די סצענע. 

פרעמיער מיניסטער קיר סטארמער האט שארף פארדאמט די אטאקע. סטארמער האט באצייכענט די אינצידענט אלץ א שאקירענדע אנטיסעמיטישע ארסאן אטאקע, און אפאלירט אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפארמאצייע דערוועגן זאל עס קומען איבערגעבן פאר די פאליציי. פאליציי הויפטן זאגן אז זיי טוען ווייטער איבערקוקן זיכערהייט קאמערעס און אנדערע באווייזן אין א פרואוו צו קומען אויף די שפירן פון די פאראנטווארטליכע. זיי זאגן אז די אינצידענט ווערט באהאנדעלט אלץ אן אנטיסעמיטישע האס פארברעכן.

די ווערטער פון די פאליציי איבער טעראריזעם קומט נאכדעם וואס די אַשאַב על יאמין גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקע. די גרופע, וועלכע איז אנגענומען צו זיין פארבינדן מיט איראן, האט די לעצטע פאר וואכן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר א צאל אנדער אויפרייסן און ארסאן אטאקעס אויף אידישע ערטער אין בעלגיע, אמסטערדאם און ראטערדעם. פאליציי פירער אין לאנדאן זאגן אז זיי זענען אינפארמירט איבער די גרופע'ס מעסעדזשעס, און זיי קוקן אריין דערין צו זען אויב עס האט עפעס האפט אין זיך.
 


קאבינעט מיניסטער ריעד לייקענט אינפארמאציע אז איראן וויל שיסן באליסטישע מיסל קיין אייראפע

לאנדאן - בריטישע קאבינעט מיניסטער האט געמאלדן אז די רעגירונג פארמאגט נישט קיין שום אינפארמאציע אז איראן זאל וועלן שיסן באליסטישע מיסל אטאקעס אקעגן אייראפע. סטיוו ריעד האט דערמיט געוואלט אפווארפן ווערטער פון מדינת ישראל באאמטע און פון בריטישע נייעס אגענטורן וועלכע האבן געהויבן אן אלארעם דערוועגן. נעכטן האט מדינת ישראל'ס מיליטערישע הויפט געווארענט אז איראן פארמאגט מיסעלס וועלכע קענען גרייכן לאנדאן, פאריז אדער בערלין, נאכדעם וואס איראן האט אומסוקסעספול פראבירט צו אטאקירן די דיעגא גארסיע מיליטערישע באזע אויף די אינדישער ים, ארום 2,500 מיייל ווייט פון איראנער טעריטאריע. א צאל בריטישע צייטונגן האבן היינט געהויבן אן אלארעם דערוועגן, און אויפגעברענגט פראגן אויב ענגלאנד פארמאגט די מעגליכקייטן אראפ צו שיסן איראנער מיסעלס. ריעד זאגט ער ווייסט נישט פון קיין שום אינפארמאציע אז איראן זאל האבן פלענער צו אטאקירן אייראפע, אפגעזען אז ער ווייסט נישט אויב איראן האט אפילו דעם מעגליכקייט פאר אזא סארט אטאקע. ער זאגט אז ענגלאנד האט סיסטעמס זיך צו קענען פארטיידיגן, און גייט ווייטער אנהאלטן איר ליניע פון נישט ווערן אריין געשלעפט אין די מלחמה.
 

דריקט דא פארן לינק צו קויפן דעם ראפעל

טראמפ האט געמאלדן
פארהאנדלונגן מיט איראן

מיטל מזרח – טראמפ האט געמאלדן אז אלע פלענער פאר מיליטערישע אטאקעס אויף איראן'ס פאוער פלענטס ווערן סוספענדירט פאר 5 טעג צייט, צוליב פארהאנדלונגן. אין א מעסעדזש שרייבט דער פרעזידענט אז אמעריקא מיט איראן האבן געהאט גאר גוטע און פראדוקטיווע געשפרעכן אין די לעצטע צוויי טעג, דעריבער ווערן די פלענער אפגעלייגט מיט 5 טעג. אין צוגאב צום מעלדונג פון די 5 טאג סוספענדירונג, האט טראמפ אויך ארויס געשיקט א מעסעדזש, אין וואס ער דערקלערט אז אמעריקא שטייט שוין זייער נאנט צו פארטיגן אירע צילן און קוקט אריין אינ'ם געדאנק נאכצולאזן. די מעלדונג פונ'ם פרעזידענט קומט צוויי טעג נאכדעם וואס ער האט שארף געווארענט, אז אויב איראן עפענט נישט דעם הארמוז וואסער וועג ביז 48 שעה צייט, דאן גייט אמעריקא דורכפירן ערענסטע אטאקעס אויף איראן'ס ענערדזשי אינפראסטראקטשער. פאריגע וואך פרייטאג האט טראמפ אוועק געמאכט דעם מעגליכקייט פון געשפרעכן מיט איראן, זאגענדיג דעמאלטס, אז אז אמעריקא מיט איראן קענען האבן א דיאלאג, אבער ער איז נישט גרייט פאר א פייעראפשטעל.
 


פרישע פארוואונדעטע פון איראנער מיסיל

ארץ ישראל – פופצן זענען פארוואונדעט געווארן נעכטן, אריינגערעכנט איינער גאר ערנסט, ווען אן איראנער באליסטישע מיסיל מיט א קלאסטער שפּיץ האט באטראפן צענטראל ארץ ישראל, ווארפנדיג קליינע באמבעס לענגאויס תל אביב און עטליכע ארומיגע געגנטער, שעדיגנדיג הייזער, שאסייען און באוואוינטע געביידעס. די אטאקע האט נאכגעפאלגט א נאכט פון שווערע איראנער מיסיל אטאקעס אויף ערד און דימונה. אלעס אינאיינעם זענען 4,500 אין ארץ ישראל שוין פארוואונדעט זינט אנהייב קריג.
 


איראן קאנטער-סטראשעט וועגן הארמוז

טעהראן – די איראנער רעזשים האט געסטראשעט אמעריקע אויף צוריק, אז זיי וועלן פולקאם אפּשפּארן דעם "הארמוז וואסער וועג", אויב פּרעזידענט טראמפּ וועט אויספירן זיין סטראשע און אטאקירן איראנער ענערגיע איינריכטונגען אין די נעקסטע 48 שטונדן. די איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע האט ווידערהאלט אז דער הארמוז איז אפן פאר אלע שיפן אויסער פאר אמעריקאנער און איזראעלישע, און זיי האבן געווארנט אז דאס קען זיך טוישן.
 


מדינת ישראל לופטפעלד באטראכט אפשפארן

תל אביב – די צענטראלע לופטפעלד אין תל אביב וועט מעגליך זיך אפּשפּארן פאר סיי וועלכע פליגערס, צוליב די אנגייענדיגע מלחמה. באריכטן נעכטן האבן געלויטעט אז לופטפעלד באאמטע רעקאמענדירן אז מען זאל אפּשפּארן די הימלען העכער גאנץ מדינת ישראל צוליב די אקטיווע געפאר פון איראנער מיסילס, און די ערווארטונג איז אז מ'וועט אמווייניגסטנס אנהייבן רעדוצירן פליגערס ארויס פון לאנד צו בלויז 50 פּאסאזשירן, וואס וועט פארשווערן די ערב פּסח טרעוול סעזאן.
 


אידן אין אונגארן וועלן מתפלל זיין ביים סדר

בודאפּעסט – אידישע איינוואוינער אין אונגארן אראנדזשירן זיך פאר ספּעציעלע אחדות אין ערשטן נאכט פונעם יו"ט פּסח, מתפּלל צו זיין פאר אידן אין ארץ ישראל, אנגעפירט דורכ'ן הויפּט ראבינער פון אונגארן שלמה קאוועש. בערך 6,500 אידישע פאמיליעס לענגאויס אונגארן וועלן באקומען האנט-מצות ביים טיר און דערמיט וועט מיטקומען א קליינע קונטרס פון אויסגעוועלטע קאפּיטלעך תהלים וואס יעדער זאל זאגן אינמיטן דעם סדר די ערשטע נאכט יום טוב.


קריטישע "מת מצוה" קאמפיין אין ווייטן קעניע

קעניע – אן אמעריקאנער אידישער מאן ביים נאמען זאב, וועלכער האט געוואוינט לאנגע יארן אין נייראבי, קעניע, איז אוועק פון דער וועלט און האט נישט קיין שום פאמיליע אדער קאנטאקטן וואס זאלן אראנדזשירן א קבורה. ר' לוי יצחק נאטיק פון חב"ד אין קעניע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט צו ערלעדיגן אז זאב קומט לקבר ישראל, אבער זיין גוף ווערט געהאלטן אין שפּיטאל און זיי פאדערן 38,000 דאלער צו באפרייען. ר' לוי יצחק פירט א פאנדרעיזינג קאמפּיין אויפצוטרייבן די נויטיגע געלטער.
 

Allow UC claimants with start-up-businesses to receive payments for 3 years
UC - petition
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דיזעל רויבער געכאפט רויט-האנטיג
 
נעוואדא – א לאס וועגאס פארשוין איז ארעסטירט געווארן פאר'ן גנב'נען פינף הונדערט גאלאנען דיזעל ברענשטאף פון א קאליפארניע געזאלין סטאנציע דורכ'ן אויפברעכן א פאמפ מיט א שווערע אייזן און שטילערהייט אנפולן באהאלטענע טאנקען אין זיין טראק. זיין אקציע האט געשאפן צען טויזנט דאלער שאדנס, בעפאר א קאסטומער האט עפעס פארדעכטיגט און האט אלארמירט די אויטאריטעטן. די גניבה האט פאסירט אינמיטן וואס דיזעל איז ארויף צו 7 דאלער א גאלאן אין קאליפארניע.
 
פסח - מקהלת מלכות, זאנוויל, מוטי אילאוויטש, ארי קראוס, מקהלת חסידימלעך, עמי כהן - בל יראה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
The NW London Local news 2 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

1-2 bedroom flat available now  in  Filey Ave: Call 07977428767
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג צו 240326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages