טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ו' תמוז תשפ"ה

33 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 1, 2025, 10:53:57 PM7/1/25
to לוח היום אימעיל

טראמפּ נעמט אראפּ מערהייט
סאנקציעס פון סיריע

מיטל-מזרח – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, צוריקציענדיג פון רוב אמעריקאנער סאנקציעס וואס זענען ארויפגעשטעלט געווארן אויף סיריע שוין זינט די 970'ער יארן, אין א פּרעצעדענטלאזער שריט וואס שענקט די מלחמה-צעריסענע לאנד א גאנג צו נארמאליזירן באציאונגען מיט די מערב-וועלט.

דער סירישער פּרעזידענט אכמעד על שארא, א געוועזענער איסלאמיסטישער רעבעל וועלכער האט אומגעווארפן די אסאד רעזשים ענדע יאר 24', האט געלייגט דרוק אז אמעריקע זאל אראפּנעמען די סאנקציעס צו געבן א שאנס פאר סיריע זיך צוריקצובויען נאך פערצן יאר פון ברוטאלע בירגער קריג וואס האט חרוב געמאכט דאס לאנד.

טראמפּ'ס עקזעקוטיוו ארדער קומט זעקס וואכן נאך זיין היסטארישע באגעגעניש מיט על שארא אין סאודי אראביע, וואו טראמפּ האט געהאט געמאלדן זיין פּלאן אראפּצונעמען די סאנקציעס. עס קומט אינמיטן וואס טראמפּ ארבעט אז סיריע זאל זיך אנשליסן אין די "עברעהעם עקארדס" און נארמאליזירן באציאונגען מיט מדינת ישראל.
 

רוסלאנד נייע אפענסיווע ארום סומי
 
אוקראינע — רוסלאנד האט איינגעזאמלט פופציג טויזנט טרופּן לענגאויס דעם פראנט פונעם שלאכטפעלד ארום סומי, א קריטישע סטראטעגישע ראיאן וואס פּוטין וויל אייננעמען נעקסט. א באריכט ערווענט אז די צאל טרופּן וואס דאס רוסישע מיליטער האט געשיקט צוצוגרייטן אן אפענסיווע אויף סומי, איז דריי מאל מער ווי וויפיל טרופּן דאס אוקראינישע מיליטער פארמאגט אין דעם ראיאן. סומי האט געדינט אלס צענטער פאר אוקראינע'ס אטאקע אויף רוסישע טעריטאריע אין לעצטע מאנאטן.
 

נתניהו וועט קומען צום ווייסן הויז
 
תל אביב — טראמפּ אדמיניסטראציע קוועלער באריכטן אז פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ וועט אויפנעמען דעם מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו פאר א באזוך אינעם ווייסן הויז קומענדיגע וואך מאנטאג, יולי 7 למספּרם. א באזוך דורך ביבי איז געווען ברייט ערווארטעט זינט דער ענדע פון דער צוועלף טאגיקער מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראן, וואס איז געקומען צו אן ענדע דורך א פייער אפּשטעל וואס טראמפּ האט געצווינגען ביידע זייטן פונעם קאנפליקט צו אקצעפּטירן.
 

איראנער איד לייקנט ארעסט באריכטן
 
טעהראן – איראנ'ס איינציגסטער אידישער פּארלאמענט מיטגליד, דאקטער הומיאן שמח, האט געלייקנט די פארשידענע באריכטן אין דער איזראעלישער מידיא אז מאסן פון דער אידישער געמיינדע אין לאנד זענען ארעסטירט געווארן אין די לעצטערע טעג. שמח האט געגעבן אן אינטערוויו אין וועלכע ער האט געזאגט אז "קיינער פון דער איראנער אידישער געמיינדע איז נישט ארעסטירט געווארן פאר שפּיאנאזש פאר קיין שום אנדער לאנד". א קליינע צאל אידן זענען גענומען געווארן בלויז פאר קורצע פראגן.
 

רוף צו באפרייען שוהל מענעדזשער
 
ניו דזשערסי – דער נישט-אידישער מענעדזשער פון א שוהל אין גלען ראק, ניו דזשערסי איז ארעסטירט געווארן דורך פעדעראלע אימיגראציע אגענטן, און דער מעיאר פון דער שטאט איז ארויסגעקומען מיט א רוף אז מען זאל אים באפרייען. די רעדע איז פון יארגעי טאמעס דאגאר אקווינאו, וועלכער ארבעט שוין פאר די "גלען ראק אידישע צענטער" פאר 11 יאר און איז 5 יאר צוריק געווארן דער פול-טיים מענעדזשער דארט. ער איז אונטער ארעסט פאר זיין אומלעגאלע אימיגראציע סטאטוס.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

צוזאמארבעט צווישן בערן און גנבים

קאליפארניע – פּראקורארן זאגן אז א פרוי'ס היים אין אן אפּגעזונדערטע געגנט אין צפון קאליפארניע איז אזוי שווער געשעדיגט געווארן פון א סעריע גניבות דארטן, אז בערן האָבן זיך געקענט גרינג אריינבאקומען אינעווייניג און שאפן צוגאבדיגע שאדנס וואס האָבן פארערגערט אירע פינאנציעלע פארלוסטן. די פּראקורארן האָבן געמאלדן קלאגעס קעגן 11 פּארשוינען פאר א סעריע באזונדערע היים גניבות, און זאגן אז דאס געריכט מוז אויך רעכענען די בער-אנגעזייטע שאדנס אויף די מענטשן-גנבים'ס חשבון.
 

ברוך לוין - חופה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
האט איר אלטע/נייע ספרים אין א גיטע  צושטאנד, וואס איר זיכט אוועק צו געבן
מיר קומען עס אופנעמען אין די זעלבע טאג!
ריפט שוין 0735/1997/067 און לאזט א קלארע 
מעסעדש/טעקסט,און מיר וועלן צירוקרופן ווי אומשנעלסטן.

For sale: 1 mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד חקת 020725 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages