טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג כ"ז ניסן תשפ"ו

34 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 14, 2026, 3:53:04 AM (3 days ago) Apr 14
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אייראפּע אויפגעשאקלט: לאנגיעריגער אונגארישער פּרעמיער אורבאן אנידערגעזעצט

בודאפּעסט – אונגארן'ס לאנגיעריגער נאציאנאליסטישער פּרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן האט נעכטן שפּעט נאכמיטאג קאנצעסירט זיין פארלוסט אין די ארטיגע נאציאנאלע וואלן, און האט אנערקענט דער זיג פון די נייע אפּאזיציע "טיזשא" פּארטיי מיט זייער פירער פּיטער מאזשיאר.

רעזולטאטן באזירט אויף כמעט פופציג פּראצענט פון די אפּגעגעבענע שטימען האבן געצייגט אז די "טיזשא" פּארטיי האט געווינען 135 זיצן, וואס איז א מאכטפולע צוויי-דריטל מאיאריטעט אינעם פּארלאמענט וואס באשטייט פון 199 זיצן, שטארק פאראויס פון אורבאן'ס פּארטיי.

נישט לאנג נאך די ערשטע רעזולטאטן, האט אורבאן קאנצעסירט דעם פארמעסט ביי א רעדע אין זיינע הויפּטקווארטירן, וואו ער האט אנערקענט אין מאזשיאר'ס געווינס. זיין שנעלע אויפגעבן איז געווען א סורפּרייז, ווייל מ'האט מורא געהאט פון א קריזיס אויב קאנצעסירט ער נישט.

אורבאן'ס פארלוסט איז א קלאפּ פאר די טראמפּ אדמיניסטראציע. פּרעזידענט טראמפּ האט זיך פאררעכנט אלס א פּערזענליכער נאנטער פריינט מיט אורבאן, און וויצע פּרעזידענט דזשעי די ווענס איז אפילו געפארן קיין אונגארן צו קאמפּיינען פאר אים, אבער ס'האט גארנישט אויפגעטאן.

אורבאן'ס פאלן פון מאכט אין אונגארן באדייט א דראמאטישע אויפשאקלונג פאר'ן לאנד, וואס ער האט גענומען אין די לעצטערע יארן אין א שטארק אנטי-אייראפּע און פּרא-רוסלאנד דירעקציע, און עס איז אויך א פּאזיטיווע דראסטישע טויש פאר'ן צוקונפט פונעם אייראפּעאישן יוניאן אין אלגעמיין.
 


אמעריקע דערקלערט בלאקאדע אין הארמוז

מיטל-מזרח – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן דערקלערט אז די אמעריקאנער נעווי האט אנגעהויבן א בלאקאדע, אפּצושטעלן סיי וועלכע שיפן וואס פּרובירן אריינצוקומען אדער פארלאזן דעם "הארמוז וואסער וועג", נאך וואס די שלום געשפּרעכן מיט איראן זענען צעפאלן. טראמפּ זאגט אז די בלאקאדע צילט צו רייניגן דעם הארמוז פון איראנער אונטערוואסער מינעס און ער האט געווארנט די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע נישט צו אטאקירן אמעריקאנער שיפן.
 


איראן דראון אינצידענט נעבן באפרייטן משכון

באגדאד – א דראון אטאקע נעבן באגדאד'ס אינטערנאציאנאלע לופטפעלד פארגאנגענע וואך מיטוואך האט שיער באטראפן א קאנוואי פון אמעריקאנער אמבאסאדע אויטאס וועלכע האט געפירט די באפרייטע אמעריקאנער זשורנאליסטקע פרוי קיטעלסאן. די איראנער דראונס האבן באטראפן א דערנעבנדיגע אמעריקאנער געביידע בשעת די קאנוואי איז דארטן אנגעקומען, נאך וואס קיטעלסאן איז געווארן באפרייט עטליכע שעה פריער דורך מיליטאנטן פון די איראנער "קאטאאיב כיזבאללא" גרופּע.
 


אוקראינע-רוסלאנד פייער אפּשטעל פארלעצט

קיעוו – טראץ וואס דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געמאלדן אז ער שטעלט זיך צו צום "פייער אפּשטעל" פארשלאג פונעם אוקראינישער פּרעזידענט זעלענסקי אויף די טעג ארום די קריסטליכע "איסטער" חאגע, האט אוקראינע באריכטעט נאכאנאנדע רוסישע אטאקעס, אריינגערעכנט הונדערטער ארטילעריע באמבארדירונגען און נאנט צו 1,800 דראון אטאקעס – אבער פּוטין זאגט אז די אוקראינער האבן פארלעצט. ביידע זייטן ווילן צייגן קאאפּעראציע מיט די אמעריקע-געפירטע שלום פּרואוון.


טראגעדיע: לעיקוואוד בחור ע"ה אין עקסידענט

ניו דזשערסי – א שווערע טראגעדיע האט פּאסירט נעכטן פארטאגס, ווען הבחור אלי' שעפּאנסקי ע"ה איז אומגעקומען אין א שרעקליכן קאר עקסידענט אין העמילטאן, ניו דזשערסי, ווען דער קאר אין וועלכע ער איז געפארן האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א טראק. אלי' ע"ה איז געווען אויפן וועג אהיים פון פילאדעלפיע מיט נאך א בחור, וואו זיי זענען געפארן צו טאן א חסד. אלי' ע"ה איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט פונעם עקסידענט און דער אנדערער בחור איז אפּגעפירט געווארן אין שפּיטאל אין א קריטישן צושטאנד.
 


פרישע סטאטיסטיקס איבער גלאבאלע אידנטום

אייראפּע – נייע דאטא איז ערשינען וואס צייגט אז די גלאבאלע אידישע באפעלקערונג באשטייט פון 15.8 מיליאן אידן, וואס איז נאכאלץ נידריגער ווי די 16.6 מיליאן אידן וואס זענען געווען אויפן רעקארד בעפאר די צווייטע וועלט קריג. 7.2 מיליאן אידן וואוינען אין ארץ ישראל, 6.3 מיליאן אידן וואוינען אין אמעריקע, און די איבריגע זענען צעשפּרייט אין פילע לענדער איבער דער וועלט, אבער די צאל אידן אין פראנקרייך און רוסלאנד זענען געפאלן, אינדערצייט וואס די צאל אידן אין קאנאדע איז שיין געוואקסן.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

"גאלף אוו טראמפ"?!
 
וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט זיך געוויצלט אין אן אינטערוויו אז ער האט פאר א קורצע וויילע באטראכט צו טוישן דעם נאמען פונעם "גאלף אוו מעקסיקא" ים אין זיין עהרע. ווי באקאנט האט טראמפ געטוישט דעם נאמען פונעם וואסער אלס "גאלף אוו אמעריקע", נאכ'ן ערווענען טענות אז מער אמעריקאנער סטעיטס ווי מעקסיקאנער טעריטאריע גרעניצן זיך מיט דעם ים. טראמפ האט געזאגט האלב וויצלענדיג אז ער האט ערנסט געקלערט צו טוישן דעם נאמען פונעם ים אלס "גאלף אוו טראמפ".
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek 1 - Download here
Midweek 2 - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
Linkit 3 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

דירות צו פארדינגען  פאר פסח אויף Filey Ave, און אויך פאר א גאנצן יאר.רופט : 07977428767, 07352531718

To let for pesach 1 bedroom flat pesach cleaned heathland area call/text 07387102952
א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
140426 ג טהרה_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages