טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ה' אייר תשפ"ו

32 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Apr 22, 2026, 2:14:34 AM (7 days ago) Apr 22
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

טראמפּ ווארפט באראדזש שארפע
סטעיטמענטס אינמיטן איראן פּלאנטער

וואשינגטאן – פּרעזידענט טראמפּ האט געווארפן א באראדזש פון שארפע לאנגע סטעיטמענטס און מעסעדזשעס אויף סאציאלע מידיא, אינמיטן וואס זיינע פּרואוון צו ברענגען אן ענדע צום איראן קאנפליקט ווערט מער קאמפּליצירט, פארשלעפּט און פארפּלאנטערט.

צווישן די פּונקטן וואס טראמפּ האט ארויסגעברענגט אין זיינע מעסעדזשעס זענען געווען ווי פאלגענד: מדינת ישראל האט אים נישט איבערגערעדט צו גיין אין מלחמה קעגן איראן; אקטאבער 7 האט פארשטארקערט וואס ער האלט אז איראן טאר קיינמאל האבן נוקלעארע וואפנס.

ער זאגט אז די מידיא און אנקעטעס זענען פאלש, פארפירעריש און מאניפּולירט; ער האט פארגליכן די מידיא פאלשקייט צו די יאר 20' עלעקשאן און צו ווענעזועלע; ער האט פארגעזאגט אז דער רעזולטאט מיט איראן וועט זיין "עמעיזינג"; רעזשים טויש וועט פירן צו שטארקע וואוקס.

טראמפּ האט געזאגט אז דעמאקראטן פּרובירן אפּצושוואכן אמעריקע'ס פּאזיציע אין איראן; קריטיקירער טוען אומ'יושר'דיג ארויסהייבן אז ער האט פארשפּראכן צו באזיגן איראן אין 6 וואכן; ער זאגט אז די מיליטערישע קאמפּיין איז געגאנגען אסאך שנעלער ווי געראכטן.

ער האט צוגעלייגט אז ער וועט זיך נישט איילן צו א שלעכטע דיעל מיט איראן; ער זאגט אז ער איז נישט אונטער פּרעשור צו מאכן א דיעל; ער זאגט אז פאררעכטן איראן'ס געפאר נאך 47 יאר איז זיין פּריאריטעט; ער באשולדיגט פריערדיגע פּרעזידענטן אין לאזן איראן וואקסן.

טראמפּ האט געזאגט אז ער האט אין זיין ערשטע טערמין געבויט די שטערקסטע מיליטער; ער נוצט די מיליטער קלוג צו לעזן גע'ירשנ'טע פּראבלעמען; ער זאגט אז סיי וועלכע נייע איראן דיעל אונטער אים וועט זיין בעסער ווי דער דיעל וואס מ'האט געמאכט אונטער אבאמא און ביידען.

עס איז נישט קלאר וואס ס'ליגט אונטער טראמפּ'ס באראדזש פון מעסעדזשעס, אבער אנאליסטן זאגן אז עס איז א לעכצנדע פּרואוו צו שטעלן א פּאזיטיווע טאן אויף די סיטואציע מיט איראן, וועלכע ווערט נאר מער קאמפּליצירט און פארוויקלט מיט יעדן פרישן טאג און ס'נישטא קיין וועג ארויס.
 


צפון קארעא טעסט נייע קלאסטער באמבעס

פּיאנגיענג – דער צפון קארעא דיקטאטור קים יאנג אן, אין באגלייטונג פון זיין טראן-יורש זיין טאכטער, האט אנגעפירט מיט א ספּעציעלע טעסט פון פינף קורצשטרעקיגע נייע באליסטישע מיסילס וועלכע האבן געטראגן קלאסטער-באמבע שפּיצן, און האבן באטראפן דעם ציל-זאנע אין א וואסער צווישן די קארעא האלב-אינזל און יאפּאן. קלאסטער-באמבעס, פארבאטן דורך מער ווי 100 לענדער אבער נישט דורך אמעריקע, רוסלאנד, כינע, מדנ"י, איראן און ביידע קארעאס, זענען אין 23' פארדאמט געווארן דורך קים.
 


פּרא-קרעמלין פיגור געווינט אין בולגאריע

אייראפּע – אינדערצייט וואס געוויסע טיילן אייראפּע רוקן זיך אוועק פון רוסלאנד, אריינגערעכנט פארגאנגענע וואך מיט דער וואל רעזולטאט אין אונגארן, האט בולגאריע ערוועלט א נייעם פּרעמיער מיניסטער וועלכער איז א שטארקער קרעמלין-פריינטליכער פיגור. די רעדע איז פון רומען ראדעוו, א געוועזענער פּרעזידענט אין בולגאריע, וועמענס פּארטיי האט באקומען 44.6 פּראצענט פון די שטימען, פיל שטארקער ווי די פּרא-אייראפּע קאאליציע וואס האט באקומען 12.6 פּראצענט.
 


שטיק אלטע ספר תורה אין בעלארוס בוידעם

בעלארוס – א זעלטענע היסטארישע אנטדעקונג איז געמאכט געווארן אין דער שטאט נאווהארדאק: טייל פון א ספר תורה וואס ווערט געשאצט צו זיין כמעט דריי הונדערט יאר אלט, איז געטראפן געווארן אינעם בוידעם פון די פּריוואטע היים פונעם ארטיסט וויקטאר וואסיליאק. לויט פאמיליע עדות'שאפט האבן משפּחה מיטגלידער באוויזן צו אנטלויפן פונעם נאווהארדאקער געטא און איבערגעלאזט די פּארמעט באהאלטן. מען פארשט צו דערגיין מער פון וואו די ספר תורה שטאמט.
 


זוכעניש נאך אידישע פרוי אין לאס אנדזשעלעס

קאליפארניע – חברים אוו ראקלענד קאונטי אין ניו יארק האט אראפּגעשיקט נעכטן א גרופּע פון בערך דרייסיג וואלונטירן קיין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע צו העלפן מיט די זוכענישן נאך אן עלטערע אידישע פרוי וועלכע איז שוין פארשוואונדן פאר פינף טעג. אויטאריטעטן זאגן אז די אידישע פרוי ליידט פון "דימענשיע" ל"ע און קען זיין אין אן ערנסטע געפאר. די חברים וואלונטירן האבן געברענגט דראונס, סורוועילענס געצייג און אנדערע רעטונג מאטעריאלן און מען ארבעט העפטיג. מ'איז מתפּלל פאר שיינא רחל בת ביניא.
 

זייט מנדב
דריקט דא צו צולייגן א מנין
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

עפן דיינע אויגן און הער וואס איך זאג...
 
כינע – א נייע אינטערעסאנטע שטודיע פון דער "שאנכאי דזשיאו טאנג יוניווערסיטי" צייגט אז צו פארמאכן די אויגן קען מאכן שווערער צו הערן גערודער אין פּלעצער ווי עס איז דא אסאך גערודער. אין טעסטס מיט 25 וואלונטירן וואס האבן פּרובירט צו דערגיין ספּעציפישע קולות אינמיטן אסאך אנדערע גערודער, האבן בעסער אויסגענומען די וועלכע האבן געהאלטן זייערע אויגן אפן, ווי די וואס האבן פארמאכט זייערע אויגן. פארשער זאגן אז צו מאכן די אויגן האט געברענגט דעם מח צו בלאקירן אסאך גערודער, און מיט אפענע אויגן האט דער מענטש הילף צו זען און אויפכאפּן און דערגיין קולות.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

Amhurst Parade 11 :שיך איז יעצט אפן ביז זונטאג נאכט אח''ק  אין אונזער צייטווייליגע לאקאציע איז SMS
אָפן היינט דאנערשטאג און זונטאג אח''ק פון 12:00 ביז 8:00 מארגן פרייטאג פון 11:00 ביז 2:00
כאַפּט דעם פאפולערן VELERIO שיך פֿאַר בלויז £79 (RRP (125)


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


AI fintech investment protected by US Gov. Bonds potential 9600% profit. Eli...@royalgreenbank.com

Looking to buy or remortgage a property in Israel?
We specialize in negotiating up to 80% mortgage, also for international citizens.
Contact us on 07828189627

                                   TO LET                                  

Studio flat on Wellington Ave area available now DSS welcome call 07359004837

Holiday rental: 16-flat building in Soden,Au area, sauna & pool. Call 07969746585. Must taken 2day

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
געזוכט צו דינגען א אופיס בעסטר אין טוטנהיים געגענט רופט / טעקסט 07467-393-890


          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
א יונגרמאן איז גרייט צו לערנען מיט אייערע בחור בין הסדרים רופט 07387-102-994 / 020-8800-0193 ( לעזט א הודעה)
אברך מוכן ללומד עם הבחור שלך בארץ ישראל רופט 07413169803

                                 LOOKING                                  
 

Looking for an urgent appointment with Alexander Kobrin 
If you have an appointment call now 07368364349
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Have your say on parking in permit-only bays 
From 2 March 2026, Blue Badge holders can park in on-street 'permit holders only' bays in Hackney as part of a new trial. This does not include resident or business bays.
The trial will run for at least 6 months and can last up to 18 months.
This change is being introduced as an Experimental Traffic Order (TT1888). This means it’s temporary, so we can see how the new parking arrangement works and hear your feedback.
After the first 6 months, we’ll review the trial and decide whether to continue it, make changes or end it.
We want to hear your views during the trial.
Email parking...@hackney.gov.uk with your comments.

                                השבת אבידה                               

השבת אבידה: איך האב פארקויפט אן איבעריגע טיקעט ביים אריינגאנג צום לאמיר זינגען אווענט, פאר א בחור מיט א ליטווישן לבוש פאר דער פרייז פון £30.00 דער בחור האט מיר דערלאנגט £40.00 און איז פארשווינדען געווארען איידער איך האב אים געגעבן טשעינדש. 
איך טוה מיין השתדלות אים צו טרעפן דאס אים קענען אפגעיבן.
א דאנק און תזכו למצוות, 07449706982
השבת אבידה -  בטעות לקחתי שקית מסרה עם טלית קטן בתוכן רופט 07435439895

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

220426 ד אחרי קדושים.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages