טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ר"ח ניסן תשפ"ו

18 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 19, 2026, 12:31:24 AMMar 19
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

צוויי קרבנות פון איראנער מיסיל אין רמת גן

ארה"ק – א טיפער שרעק הערשט פאר אחינו בני ישראל אין ארה"ק, איבער דעם וואס דער איראנער רעזשים האט נעכטן פריש פארשטארקערט אירע מיסיל אטאקעס אויף ארטיגע שטעט, און נעכטן האט אן איראנער מיסיל קלאסטער באמבע געקאסט צוויי קרבנות, אויסער פארוואונדעטע און שאדנס.

לויט די באריכטן איז א פּארפאלק אין רמת גן, אין זייערע זיבעציגער יארן, אומגעקומען ווען א שטיק פון אן איראנער באליסטישע מיסיל איז געפאלן אויף זיי, ה"י, זייענדיג אויפ'ן וועג צום באמבע שעלטער. אין בני ברק איז איינער פארוואונדעט געווארן, און שאדנס צו פילע פּלעצער.

אין א סטעיטמענט האט די איראנער איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע דערקלערט אז די טויטליכע מיסיל אטאקע איז געווען א דירעקטע נקמה איבער דעם וואס מדינת ישראל האט עלימינירט דעם פירער פון איראן'ס נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל אלי לארידזשאני אין א געצילטער באמבארדירונג.
 

דריקט דא פארן לינק צו קויפן דעם ראפעל

רוסלאנד פארמערט קאאפּעראציע מיט איראן

טעהראן – רוסלאנד פארשטארקערט מיליטערישע קאאפּעראציע מיט איראן דורכ'ן מיטטיילן סאטעליט בילדער, שפּיאנאזש און פארבעסערטע דראון טעכנאלאגיע צו העלפן איראן צילן אמעריקאנער און אליאירטע קרעפטן אינעם מיטל-מזרח. די שטיצע נעמט אריין נייע ווערסיעס פון שאהיד דראונס און טאקטישע ראט באזירט אויף רוסלאנד'ס ערפארונג אויפ'ן שלאכטפעלד אין אוקראינע, און די רוסן שפּילן א ראלע אין סוקסעספולע איראנער אטאקעס אינעם גאלף.
 


קובא וואקלט זיך אינמיטן נאציאנאלע קורצשלוס

האוואנא — קובא פּלאגט זיך צוריקצושטעלן עלעקטער נאך א נאציאנאלע בלעקאוט וואס האט פּאסירט צוליב וואס די פארעלטערטע עלעקטעריק גריד האט געקראכט, איבערלאזנדיג בערך 9 מיליאן מענטשן אנע געהעריג עלעקטער, און פארערגערנדיג אן ערנסטע עקאנאמישע קריזיס. די פרישע קורצשלוס קומט פּונקט אינמיטן פרישע פּראטעסטן קעגן דעם ארטיגן קאמוניסטישן רעזשים און שפּעקולאציעס וויאזוי די געשפּרעכן מיט אמעריקע וועלן זיך אויסלאזן.


פּאקיסטאן באמבארדירט שפּיטאל אין קאבול

אפגאניסטאן — די טאליבאנער רעגירונג אין אפגאניסטאן זאגט אז א פּאקיסטאנער מיליטערישע לופט באמבארדירונג האט באטראפן א דראג-ריהעב צענטער אין דער הויפּטשטאט קאבול, אומברענגענדיג מער ווי פיר הונדערט מענטשן און פארוואונדענדיג הונדערטער אנדערע, אין איינס פון די טויטליכסטע אינצידענטן אינעם אנגייענדיגן קאנפליקט. פּאקיסטאן'ס מיליטער האט געלייקנט אז זיי האבן געצילט ציווילע, זאגנדיג אז זיי האבן באמבארדירט א צענטער וואו מיליטאנטן האבן זיך אויפגעהאלטן.


נייע ארכיוו פון קריג עפּאכע אידן אין אמעריקע
 
ניו יארק — די "אגודת ישראל דאמעריקע" ארגאניזאציע האט אנגעהויבן ארויסשטעלן א ווירטואלע ארכיוו פון טויזנטער האלאקאוסט-עפּאכע דאקומענטן צום ערשטן מאל, אריינגערעכנט מאנוסקריפּטן פון ארטאדאקסישע אידישע צייטונגען פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט וועלכע שילדערן וויאזוי אמעריקאנער אידישע געמיינדעס האבן רעאגירט צו די נאצישע ברוטאליטעטן בשעת זיי האבן פּאסירט קעגן זייערע אידישע ברידער אין אייראפּע, צווישן זיי פּרואוון צו העלפן די אייראפּעאישע אידן.
 

37 מאנאטן טורמע פאר שיקן האס סטראשונקעס
 
מערילענד – א פּארשוין אין מערילענד ביים נאמען קליפט סעפערליס איז פאראורטיילט געווארן צו 37 מאנאטן אין פעדעראלע טורמע פאר'ן שיקן צענדליגער סטראשונקע בריוון צו אידישע אינסטיטוציעס לענגאויס אמעריקע. סעפערליס האט זיך דערקלערט שולדיג אויף מערערע קלאגעס פון מאכן סטראשונקעס און שטערן רעליגיעזע פרייהייט נאכ'ן צילן שוהלן, שולעס און קאמיוניטי גרופּעס צווישן יאר 24' און 25' למספּרם. ער וועט אויך דארפן צאלן געלט שטראף.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

ביז דערווייל זאלן זיי שרייען אוי!...
 
באלטימאר – "שרייען צענטערן" ווערן מער און מער פארשפּרייט לענגאויס אמעריקע, וואו מענטשן פארזאמלען זיך אין פּארקס ארויסצוגעבן סטרעס דורכ'ן שרייען אינאיינעם, א פּראקטיק אינספּירירט דורך אלטע טעראפּיע געדאנקען אבער איז אצינד מער קאנצענטרירט אויף עמאציאנאלע אפּאטעמונג. עקספּערטן זאגן אז שרייען איז נישט קיין אויסגעפּרואווטע ווירקזאמע מענטאל-העלט טריעטמענט, אבער עס קען העלפן רעדוצירן סטרעס דורכ'ן אנצינדן דעם קערפּער'ס נאטורליכע אנגעצויגן-דערנאך-אפּאטעמען רעאקציע.
 
ברוך לווין & פיני רובינשטיין - דעם בחורל'ס הדרן
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


For sale in Jerusalem in the new neighborhood of Gilo of Avrechim Bnei Torah 5 rooms + a huge balcony Sukkah of 70 meters. Price 1.3M pounds 07310122555

                                   TO LET                                  

OFFICE TO LET
1- Desk Office Room to Rent in Amhurst Parade
Bills & internet included.
For more details call 020 3745 8020 Or Ad...@blossomestates.co.uk
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה ויקרא 190326 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages