טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג כ' אדר תשפ"ו

19 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 8, 2026, 9:19:25 PM (7 days ago) Mar 8
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2


בריטישע ארעסטירט פאר שפּיאנירן אויף אידן

לאנדאן – פיר פּארשוינען, אריינגערעכנט איין איראנער און דריי וואס האבן איראן-בריטישע טאפּלטע בירגערשאפט, זענען ארעסטירט געווארן אינעם לאנדאן אומגעגנט אויף פארדאכט אז זיי האבן שפּיאנירט אויף אידיש-פארבינדעטע פּלעצער און אויף אידן, אין נאמען פון איראן. אויטאריטעטן זאגן אז די ארעסטן זענען געווען טייל פון א לאנג-פארצויגענע קאנטער-טעראריזם אויספארשונג איבער פארדעכטיגטע איראנער אקטיוויטעטן און איראנער פּלענער צו אטאקירן אידן אין ענגלאנד און אין אייראפּע.


וואקסנדע צייכענעס פון שפאלטן און וואקלניש אינערהאלב איראנער רעזשים

טעהראן – אין לויף פון די לעצטע 24 שעה האבן עטליכע באזונדערע מידיא נעצן פובליצירט באריכטן וועלכע ברענגען נאך פון קוועלער אינערהאלב איראן, אז דער ארטיגער איסלאמישע רעזשים האלט נאנט צום אונטערברעכן, אלס דירעקטע רעזולטאט פון דער אנגייענדיגער מלחמה.

די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע און אנדערע מיליטערישע קרעפטן וואס דער רעזשים פארמאגט, זעט אויס צו זיין ערשעפט און זייערע ארסענאלן ווערן ליידיגער, שיסנדיג קנאפ באליסטישע מיסילס און דראונס אויף א פיל שוואכערן טעמפא ווי אין די ערשטע טעג פון דער קריג.

גלייכצייטיג שיילן זיך ארויס עפנטליכע מיינונגס דיפערענצן און רייבערייען צווישן פיגורן אינערהאלב דעם רעזשים, ווען טייל ווילן מען זאל אנהאלטן א שטייפע ליניע, ווידעראום אסאך זענען דא וואס זאגן אז עס איז צייט אויפצוגעבן דעם קאמף און די קריג און זיך אונטערגעבן.
 


קאוועיט רעדוצירט איר אויל פּראדוקציע

מיטל-מזרח – קאוועיט האט אנגעהויבן שניידן איר אויל פּראדוקציע אין טייל אויל פעלדער, נאכדעם וואס זיי האבן זיך דערזען אין א צושטאנד אז זיי האבן מער נישט קיין סטארעדזש פּלאץ וואו צו האלטן אלע פּראדוצירטע אויל פון די לעצטערע וואכן. די קאוועיטער רעגירונג זאגט אז צוליב וואס דער "הארמוז וואסער וועג" איז אפּגעשפּארט קענען זיי נישט ארויסליפערן זייער אויל קיין אויסלאנד, און זיי זענען אנגעלייגט דערמיט. דאס צייגט די וואקסנדיגע אויל קריזיס וואס גייט נאר ווערן ערגער.


איראן שיסט דראונס אויף סאודי אראביע

ריאד – סאודי אראביע'ס פארטיידיגונג מיניסטעריום האט געזאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן מער ווי דרייסיג דראונס, פילע פון זיי ארום דער הויפטשטאט ריאד. איינס פון די דראונס האט אויסגעזען צו זיין געצילט צום "דיפלאמאטישן קווארטל", וואו פילע אויסלענדישע אמבאסאדעס געפינען זיך. די איראנער אטאקע אויף די סאודיער קומט נאך א דירעקטער פּריוואטער פאדערונג פון די סאודיער אז איראן זאל אויפהערן זייערע אטאקעס און נאך וואס איראן'ס פרעזידענט האט זיך אנטשולדיגט צו גאלף לענדער פאר די אטאקעס.
 


ראיאנעלע זיכערהייט איניציאטיוו אין "אמעריקעס"

וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געלאזט אין גאנג א נייע ראיאנעלע זיכערהייט איניציאטיוו ביים נאמען "דער פאנצערס פון די אמעריקעס", וואו ער האט אפעלירט צו פירער פון לאטיין-אמעריקאנער און קאריביען לענדער צו נוצן זייערע מיליטערן קעגן דראג באנדעס, און צוגעלייגט אז אמעריקע איז גרייט ארויסצוהעלפן. צווישן די וואס האבן אנטיילגענומען איז געווען די פרעזידענטן פון ארגענטינע און על סאלוואדאר, אבער נישט פירער פון מעקסיקא, בראזיל און קאלאמביע.
 


ברוך דיין האמת: שוידערליכע טראגעדיע 
ביים הר המנוחות -  בחור אומגעקומען 
נאכן ל"ע אריינפאלן אין א גרוב

 
ירושלים - א שווערע טראגעדיע האט דאנערשטאג פאסירט ביים הר המנוחות וואו א בחור איז טראגיש אומגעקומען נאכן רח"ל אריינפאלן אין א טיפע גרוב ביים מתפלל זיין אויפן ציון פון זיין זיידע אינעם טאג פון יארצייט. 

הבה"ח שמעון מענדלאוויטש ע"ה 26 יאר אלט, א זוהן פון יבלחט"א ר׳ בנימין יצחק מענדלאוויטש מחסידי זוועהיל, האט בימי נעוריו געלערנט אין די זוועהילע מוסדות און דערנאך געווארן מקושר צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש, איז אנגעקומען אהין אינאיינעם מיט זיין פאמיליע צום ציון פון זיין זיידע הרה"ח ר׳ מרדכי שמערל מענדלאוויטש ע"ה צום ערשטן יארצייט, ביים אוועקטרעטן פונעם קבר איז ער פלוצלינג אריינגעפאלן אין א טיפע גרוב און ליידער נפטר געווארן פון די וואונדן, אויפן ארט. 

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.
 

טעראר: צוויי שוהלן אין טאראנטא געליטן 
שאדנס נאך אנטיסעמיטישע שיסעריי אטאקעס שבת פארטאגס - ב"ה קיין געשעדיגטע

 
קאנאדא - צוויי שוהלן אין צענטער פון שטאט טאראנטא זענען היינט שבת פארטאגס געצילט געווארן אין אנטיסעמיטישע שיסעריי אטאקעס. 

די צוויי שוהלן, די ארטאדאקסישע בית אברהם יוסף שוהל אין די טארנהיל געגנט און די קאנסערוואטיווע שערי שמים טעמפל אין די נארט יארק געגנט זענען באשאסן געווארן מיט קוילן אין א צייט אפשניט פון עטליכע מינוט איינע נאכן אנדערן, אין רעזולטאט האבן די געביידעס געליטן שאדנס אבער ב"ה קיין געשעדיגטע. די שיסערייען קומט אין א צייט וואס טאראנטא זעהט אן אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן, ווען בלויז פארלאפענע וואך דינסטאג איז א אנדערע שוהל די ׳אמונה-קל׳ טעמפל אין שטאט באשאסן געווארן מיט קוילן, ווי מיר האבן דא באריכטעט. 

פרעמיער מיניסטער מארק קארני און לאקאלע פאליטיקאנטן האבן שארף פארדאמט די אנטיסעמיטישע שיסערייען. די טאראנטא פאליציי האט געמאלדן אז די האס פארברעכן איינהייט פארשט די שיסערייען און זיי וועלן פילפאכיג פארשטערקערן וואך ביי שוהלן אין אידישע צענטערן און צושטעלן פאטראל ביי אידישע געגנטער אין שטאט.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א פולע פּיסק: רעקארד צאל ציינער
 
מאלאזיע – די "גינעס וועלט רעקארד" ארגאניזאציע האט אפיציעל אנערקענט א מאלאזיער מאן אלס דער פּערזאן מיט די סאמע מערסטע ציינער אינעם מויל אין היסטאריע. דער מאן, אידענטיפיצירט אלס פּראטהאב מוניאנדי, האט אפיציעל 42 ציינער, וואס איז צען מער ווי א דורכשניטליכער ערוואקסענער פּערזאן פארמאגט. מיט דעם איז מוניאנדי איבערגעשטיגן אן אינדיער בירגער וועלכער האט ביז יעצט געהאלטן דעם רעקארד, האבנדיג 38 ציינער אין מויל.
 
יידל & יצחק בן ארזה - ממעמקים
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


Brand new still boxed Canon G7X Mark II with –for £1000 instead of £1200 .
Call 07576 332904


FOR SALE – ROSLYN ROAD, N15
3-Bedroom House – £560,000
Requires light refurbishment.
Excellent potential for side & loft extension 
Prime location in a vibrant Jewish community.
Ideal for first-time buyers, young families or investors.
📱 Serious enquiries: Text 07999 032561
ש''ס עוז והדר רעג פרייז £350 צים פארקויפן נאך אין באקס פאר £250
07989-233394

                                   TO LET                                  

Cheap 9-seater van rentals in Eretz Yisroel Airport collection available. Call/WhatsApp +972 547448847
2 Beds Garden Flat, C/Heating £2,500 // 2 Beds, AirCon, C/Heating, DSS Welcome £2,300 07492718972
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
 2 bed flat on Vartry road. no garden. Please email flatto...@gmail.com
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 Bedroom flat. £1500 Finders Fee. Please call/text 07413118013
Looking to rent a nice size 4 bedroom house in Clapton Common area. Please text 07308154791
עס ווערט געזוכט אינגערלייט אדער ערוואקסענע בחורים צו פארקויפן א גוט גייענדיגע ראפעל צווישן פורים און פסח פאר גאר גוט באצאלט
רופט - טעקסט: 07884801180

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               

Found a tallis bag with name שמואל דוד דיטס if you have any info email 401...@gmail.com

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב ויקהל 090326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages