טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג ט"ו חשון תשפ"ו || מנחה מניינים ליסט‎

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Nov 5, 2025, 9:31:15 PMNov 5
to לוח היום אימעיל

אויפדעקונג איבער מאנטשעסטער סטראשע
 
ענגלאנד – ביי א ספעציעלע פארזאמלונג פון אייראפעאישע אידישע פיגורן אין קראקא, פוילן האט ר' דניאל וועקער הי"ו, דער רב פונעם העטאן שוהל אין מאנטשעסטער, ענגלאנד, געשילדערט נייע דעטאלן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע וואס האט פאסירט פארלאפענעם יום כיפור אין זיין שוהל מיט 2 קרבנות. צווישן אנדערן האט ער אויפגעדעקט אז אין די מאנאטן בעפאר די אטאקע האט ער באקומען מאדנע סטראשונקעס אויפן טעלעפאן, און ער גלייבט אז ס'איז געקומען פונעם אטאקירער.
 

סאודיע-אמעריקא פליגער אפמאך גערוקט ווייטער
 
ריאד – די טראמפ אדמיניסטראציע האט גענומען ווייטערדיגע שריט צו ערלעדיגן א פארקויף פון צענדליגער אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס פאר סאודי אראביע. די באאמטע פון די סאודיער מלוכה האבן פערזענליך אפעלירט צום פרעזידענט צו באשטעטיגן דעם אפמאך צו קענען קויפן 48 פון די פארגעשריטענע "עף-35" מיליטערישע פליגערס, און עס איז אריבער נעכטן א וויכטיגע שטאפל פון פענטאגאן באשטעטיגונג, בעפאר א באזוך פונעם סאודיער קרוין פרינץ אין וואשינגטאן.
 

זאראן מאמדאני ערוועלט
אלס ניו יארק סיטי מעיאר

 
מאנהעטן – דער דעמאקראטישער קאנדידאט זאראן מאמדאני, א 34 יעריגער מוסולמענער סטעיט אסעמבלימאן, האט געווינען נעכטן די וואלן אין ניו יארק סיטי און איז אפיציעל ערוועלט געווארן אלס דער נעקסטער מעיאר פון די סיטי, די אומאפיציעלע הויפטשטאט פון די פאראייניגטע שטאטן.

מאמדאני האט געווינען אויף א שטארקע פארנעם, אינדערצייט וואס די שטימען קעגן אים זענען געווען צעטיילט צווישן קאומאו און סליווא, טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט געווארנט רעפובליקאנער אין די סיטי צו שטימען פאר קאומאו, זאגנדיג אז יעדע שטימע פאר סליווא איז א שטימע פאר מאמדאני.

אין לויף פונעם קאמפיין האט מאמדאני פארשפראכן צו ברענגען א דראסטישע טויש אין ניו יארק סיטי, אריינגערעכנט איינפרירן רענט פרייזן, צושטעלן רעגירונג-געפירטע גראסעריס לענגאויס די סיטי, אומזיסטע באס רייזעס און נאך, אבער איז קריטיקירט געווארן פאר זיין פרא-פאלעסטינער שטעלונג.
 

זארג וועגן צפון קארעא נוקלעארע טעסט
 
סעאל – די דרום קארעא רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז די רעזשים פונעם צפון קארעא פירער קים יאנג אן קען מעגליך דורכפירן א נוקלעארע טעסט אין די ארטיגע "פיאנגי-רי" נוקלעארע טעסט צענטער אין גאר א קורצע צייט, אין די מינוט וואס קים באשליסט דאס צו טאן. באזונדער האט דרום קארעא געזאגט אז צפון קארעא צייגט צייכענעס פון צוגרייטן א פרישע ארויפשיס פון שפיאנאזש סאטעליטן מיט די הילף פון רוסישע טעכנאלאגיע.
 

עלטסטע קידוש בעכער אין אהייא מוזעאום
    
אהייא – די "טאלעדא מוזעאום אוו ארט" אין אהייא האט זיך איינגעהאנדלט דאס וואס די "סאטעביס" ליציטאציע פירמע באצייכנט אלס די סאמע עלטסטע קידוש בעכער, פון די עלפטע אדער צוועלעפטע יאר-הונדערט. דער בעכער קומט פון די מזרח קוראסאן ראיאן און עס איז פארקויפט געווארן לעצטנס פאר א רעקארד פון 4 מיליאן דאלער. דער בעכער, הויעך דריי אהאלב אינטשעס, פארמאגט אויפשריפטן אויף לשון הקודש און אויף אראביש, און עס איז געטראפן געווארן מיט 60 יאר צוריק.
 

באפרייטער מדינת ישראל משכון גיא גלבוע
דלאל פירט אויס זיין צוזאג בעפארן
ווערן פארכאפט - צו צונעמען די סוכה

    
ארץ ישראל - גאר רירענדע מאמענטן האט זיך דעם מאנטאג אפגעשפילט אין די הויף פון די דלאל פאמיליע אין די ישוב אלפי מנשה, וואו די גאנצע פאמיליע מיט פילע פריינט אינאיינעם מיט דער באפרייטע משכון גיא וואס איז נארוואס באפרייט געווארן פון שפיטאל, האבן זיך פארזאמלט צו מיטהאלטן ווי מען צונעמט די סוכה וואס שטייט שוין איבער צוויי יאר. 

די סוכה איז אויפגעשטעלט געווארן בעפאר סוכות תשפ"ד און דער זוהן גיא האט צוגעזאגט פאר זיין פאטער אז ער וועט צונעמען דעם סוכה מוצאי סוכות, ער איז געווען צווישן די 251 פערזאנען וואס זענען פארכאפט געווארן דורך כאמאס טעראריסטן קיין עזה יענעם ביטערע שמחת תורה און זיין פאטער האט געלאזט דעם סוכה שטיין צו ווארטן אויף זיין זוהן זאל דאס קומען צונעמען. אצינד נאך וואס ער איז באפרייט געווארן נאך 738 טעג שמאכטן אין כאמאס געפענגעניש, און נאך עטליכע וואכן זיך ערהוילן אין שפיטאל פון די פייניגונגען און הונגער, האט זיך די גאנצע פאמיליע פארזאמלט צום פרייליכן און רירענדע מאמענטן ווען די צוזאג איז ערפילט געווארן און גיא האט מיט זיינע אייגענע הענט צונעמט די סוכה.
 

Support Torah- And Win BIG.
Join Belz Kollelim UK in their mission to uphold Torah learning
and enter the raffle of a lifetime!

Belz Kollelim UK are renowned for producing exceptional Talmidei Chachamim, including all recent Belz Dayanim and Maggidei Shiur. Your support fuels the next generation of Torah leaders and brings you a tremendous zechus.
Invest in this tremendous zechus of supporting torah for a chance to win this incredible raffle!

TWO Grand Prizes- A Gold Bar, and a Silver Table- each valued at over £35,000!

Entry is only £72 - for a ticket into both raffles!

DON’T MISS OUR EARLY BIRD SPECIAL!
Enter before NOVEMBER 11 for a chance to win a trip for 2 to Cancun!
Support Torah. Strengthen Klal Yisroel.
Win big — in this world and the next.
Click HERE to enter now!
קליק דא
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

מיליטער קעמפט קעגן בערן
 
יאפאן – די יאפאנעזער רעגירונג האט איינגעשפאנט איר מיליטער צו די בערג אין צפון יאפאן צו העלפן פאנגען בערן נאך א וואוקס פון אטאקעס וואס האט געקאסט צוועלעף פאטאליטעטן און מער ווי הונדערט פארוואונדעטע זינט אפריל. אין איין שטעטל זענען זעלנער אנגעקומען נעכטן מיט טרעקלעך און געצייג צו העלפן לאקאלע פאנגער, און באאמטע זאגן אז זיי פארשן צו דערגיין וואס די סיבה צו די פארמערטע בערן און די פארמערטע בערן אטאקעס.
 
עוזר אבערלאנדער - הארץ שפראך
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: Bugaboo B5 buggy in great condition, good flexible price — call 07541936107.
For sell Toyota Estima, 85K miles, for £5,000 ONO – call 07368 585976
                                   TO LET                                  
צו פארדינגען א נייע קאר פאר 160 א וואך (אריינגערעכנט אינשורענס 25+) טעקסט 07828674532
 
A skoda kodiaq to rent for the next 4-6 weeks £150pw O.N.O please call 07983216719
For rent: Studio flat 7sq. metre room + bathroom, can be used as office, private sessions, or storage, ect. ground floor. call: 020 3763 5758 or 07519095099 leave a message
3-bedroom, 2-bathroom apartment in a Heimishe block with Eiruv Available for short breaks or Shabosim. call 07939842004
To let: 4-bedroom flat on Olinda Rd, £900 per week. No DSS. Email: mendy...@gmail.com
א 3 בעדראום דירה צו פארדינגען נעבן טעסקאו מיט א גארטן. מען קען אריינלייגן א כשר'ע קאך אויף דער אייגענע קאסט. in...@capitallettingsgroup.co.uk £2500
          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A local men's clothing shop is looking for a worker for morning or afternoon long-term 
well-paid job 
Please email: Jobof...@gmail.com Or text 07359586107
אברך מחפש חברותא לחזרה על הלכות תערובות לפנה''צ נא להתקשר 07341479133

                                 LOOKING                                  

Looking to change Dr. Alexander appointment from Friday, Oct 31 to  Thursday . Please call 845-521-2329.
Looking to rent a 3 bedroom + in N16.
1k finders fee. Please call 07353 229 568

                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
נמצאו שקיות בטיסה מברטיסלבה ללונדון בליל שישי, חזרה מהייאצייט של החתם סופר.
אם זה שלך, אנא התקשר ל־079-446-13613.
Found a Ladies Hat on High Road / South Tottenham Station area on Sunday 02/Nov Please call 07419989798.

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה וירא 061125_compressed.pdf
מנחה ליסט חשון תשפו_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages