טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג כ"ג טבת תשפ"ו

7 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jan 11, 2026, 8:09:20 PM (yesterday) Jan 11
to לוח היום אימעיל

גזירת המילה: בריטישע פראקוראר זוכט 
צו קלאסיפיצירן ברית מילה אין ענגלאנד

 
לאנדאן - אידן אין לאנד האבן מיט שאק אויפגענומען די באריכט אז די הויפט פראקוראר אפיס, די ׳קרוין פראקוראר סערוויס׳, גרייט צו א דאקומענט וואס וועט באצייכענען ברית מילה אין געוויסע פעלער אלס ׳טשיילד עביוז׳, דאס קומט אין א צייט וואס אין אנטווערפן און אנדערע אייראפעישע לענדער איז אויך פארהאן פראבלעמען צו קענען דורכפירן א ברית מילה כהלכה. 

די דאקומענט צייכנט צו אז טראץ וואס עס איז נישט אומלעגאל צו דורכפירן א ברית מילה, דאך אויב ווערט עס אויסגעפירט אומריכטיג אדער אין אומפאסיגע אומשטענדן, קען עס ווערן באצייכנט אלס ׳טשיילד עביוז׳ און דער מוהל קען ווערן אנגעקלאגט דערפאר. 

אידישע און להבדיל מוסולמענישע גרופעס זענען ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק קעגן די ניי פארגעשטעלטע דאקומענט, דער פארזיצער פון ׳מילה יו-קעי׳ און געוועזענער פארזיצער פון די ׳באורד און דעפיוטיס׳ יונתן ארקוש זאגט, אז דאס באצייכענען ברית מילה אלס שעדליך איז אומריכטיג און עס איז אזויווי דורכפירן אן עמערזשענסי פראצעדור און איז נישט א געפאר פאר דעם קינד אויב ווערט עס געטוהן דורך א מומחה, ער האט אנגעצייגט אז מעדיצינישע קאמפליקאציעס צוליב ברית מילה איז גאר זעלטן, און ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט א איד וועלכער זאל זיך באקלאגן אז ער איז געשעדיגט געווארן דורך א מוהל.
 

טויזנטער פאטאליטעטן פון ברוטאלער רעזשים
טאקטיקן קעגן פראטעסטן אין איראנער שטעט

 
טעהראן – שאצונגען פון עקספערטן האבן נעכטן געצייגט אז בלויז אין די 48 שעה פון פרייטאג און שבת זענען געווען צוויי טויזנט פאטאליטעטן אין די הענט פון דער ברוטאלער איסלאמישער רעזשים אין איראן, וועלכע האט אנגעהויבן באגיין גאר ווילד און עקסטרעם מיט די פארצויגענע אנטי-רעזשים פראטעסטן.

צוליב וואס דער אינטערנעט און אנדערע קאמיוניקאציע זענען אויסגעשאלטערט, און די פארבינדונג מיט די דרויסנדיגע וועלט איז גאר געצוימט, איז שווער צו האבן א קלאר בילד איבער וואס עס שפילט זיך אפ, אבער געוויסע זענען באזארגט אז די פראטעסטן האבן אנגעהויבן נאכלאזן צוליב פחד דורך די מאסן.

דאקעגן ווערט באריכטעט אז די איראנער פירער, אריינגערעכנט איאטאלא כאמעני, שפירט אז זיין ענדע איז נאנט און ער האט שוין געמאכט פארטיגע פלענער צו אנטלויפן פון לאנד. די פראגע איז נאר צי מיט כאמעני'ס אנטלויף וועט דער רעזשים צעפאלן, אדער וועט דער סטרוקטור פארבלייבן אין אפעקט.

אין דער זעלבער צייט איז דער מצב אינעם ווייסן הויז גאר אינטענסיוו, ווען פרעזידענט טראמפ האט שוין באקומען פון זיינע באאמטע פארטיגע דעטאלירטע פלענער פאר אמעריקאנער מיליטערישע שריט קעגן איראן וואס וועט העלפן אפהאקן דעם רעזשים'ס קאפ, און עס בלייבט פאר טראמפ צו באשליסן.
 

פינפטע ווענעזועלער טאנקער פארכאפט

קאריביען – די אמעריקאנער קאוסט גארד האט פרייטאג פארכאפּט א פינפטע אויל טאנקער נעבן ווענעזועלע, אלס טייל פון דער טראמפּ אדמיניסטראציע'ס אונטערנעמונג צו אינפארסירן א בלאקאדע אויף שיפן וועלכע זענען אונטער סאנקציעס און אפּהאקן די "שווארצע פלאטע" וועלכע ווערט גענוצט דורך עטליכע לענדער צו פארקויפן סאנקציאנירטע אויל. עס איז געצילט אונטערצוהאקן איראן און רוסלאנד וועלכע בענעפיטירן פון דער שווארצער פלאטע דאס מערסטע.


אייראפע מעלדט פרישע סיריע געלטער

אייראפּע – די אייראפּעאישע יוניאן וועט צושטעלן 620 מיליאן יורא, וואס קומט אויס 722 מיליאן דאלער, פאר סיריע היי-יאר, מיט'ן ציל צו העלפן ערהוילונג, הומאניטארישע הילף און געמיינזאמע פּראיעקטן. די געלטער זענען געמאלדן געווארן דורכ'ן אייראפּעאישן קאמיסיע פּרעזידענט אורסולא וואן דער לעיען ביי א באזוך אין דמשק, וואו זי האט געמאלדן אז אייראפּע וועט אוועקשטעלן א נייע פּאליטישע שותפות מיט סיריע אין די קומענדיגע מאנאטן.
 


ארעסט איבער שווייץ רעסטוראנט פייער

שווייץ – פּראקורארן האבן געבעטן פון געריכט אז א מענעדזשער פון א רעסטוראנט אין די אלפּען בערג זאל ווערן געהאלטן אונטער ארעסט ביז זיין פּראצעס, נאך די טויטליכע "ניי יאר אווענט" פייער וואס האט געקאסט פערציג לעבנס, ערווענענדיג די ריזיקע אז יענער וועט אנטלויפן פון לאנד. אויטאריטעטן פארשן צי דער מענעדזשער און די אייגענטימער האבן געוואוסט פון דער ריזיקע פון פייער און צי עס איז געווען דירעקטע נאכלעסיגקייט.


פאליציי פארשט וואנדאליזם ביים מציבה 
פון אור החיים הקדוש אין הר הזיתים

ירושלים - עטליכע אידן וועלכע זענען אין די פארלאפענע טעג אנגעקומען צום הר הזיתים צו מתפלל זיין ביים ציון פון דער אור החיים הקדוש זענען ערשטוינט געווארן צו באמערקן אז דער מציבה איז וואנדאליזירט געווארן, ווען א מגן דוד איינגעקריצט אויפן מציבה איז געווארן אנגעפירקלט, די נוסח המציבה איז לויט די מסורה געשריבן געווארן דורך זיינע תלמידים אין שפיץ פון דער חיד"א. 

זיי האבן זיך באלד פארבינדן מיט די פאליציי וועלכער האט געעפנט אן אויספארשונג און קוקן איבער זיכערהייט קעמעראס אויסגעשפרייט ביים הר הזיתים, מיטן ציל צו ארויפגיין אויף די שפורן פון די וואנדלן. לויט ווי דער פארזיצער פון די אינטערנאציאנאלע קאמיטע צו באשיצן דער הר הזיתים, ר׳ מנחם לובינסקי זאגט, זענען זיי אויך פארמישט אין דעם אויספארשונג, און ער האט גערעדט מיט די פאליציי וועלכער האבן פארשפראכן צו ארומלייגן מער קעמעראס אין די געגנט פונעם ציון.
 


נייע פראכטפולע מקווה טהרה 
אין שטאט פערוואמייסק פארענדיגט

אוקריינע - אין דער שטאט פערוואמייסק וואס געפונט זיך אין די מיקאלייעוו אבלאסט איז אין די לעצטע טעג פארענדיגט געווארן די בוי ארבעט פאר די ערשטע מאדערנע מקווה טהרה אין שטאט זינט אלע מקוואות אין שטאט זענען חרוב געווארן ביים קריג, די מקווה איז געבויט געווארן דורך דער רב פון שטאט הרב לוי יצחק פערלשטיין וועלכער פירט שוין אהן די קליינע לאקאלע אידישע קהילה פאר איבער צוואנציג יאר. 

די בוי ארבעט פאר דעם הערליכע מקווה האט זיך שוין אנגעהויבן מיט באלד זעקס יאר צוריק, אבער צוליב די מלחמה צושטאנד זענען ארבעטער נישט געווען צום געפונען און די קאסטן זענען פילפאכיג געשטיגן וואס האט פארשלעפט די בוי ארבעט צו לענגער ווי געפלאנט. 

דער רב הרב פערלשטיין האט זיך באדאנקט פאר די נדבנים וואס האבן בייגעשטייערט און ערמעגליכט צו פארענדיגן דעם פראיעקט, דאס נעמט אריין ׳מרכז רבני אייראפע׳, די מקווה רמ"א ארגאניזאציע, און נאך א צאל פריוואטע וואילטעטיגע נדבנים.
 

Thinking about buying in Israel
but feeling unsure?

Simplify the process from start to finish!

Great evening on Israel Real Estate.
Top properties from as little as 10% down
London & Manchester, 11–13 Jan.
Starting from as little as 10% down payment.
Click here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

די פאסטוכער זענען צוריק אין דער סטאדע
 
בערלין – בערך פופציג שאף זענען אנטלאפן פון זייער פּאסטוך אין דייטשלאנד און האבן אריינגעוואנדערט אין א סופּערמארקעט, וואו זיי האבן אנגעזייט כאאס, שאדנס און איבערגעלאזט שמוץ בעפאר זיי זענען פארטריבן געווארן. פּאליציי זאגן אז די שאף זענען ווארשיינליך געווארן צוגעצויגן צום געשעפט צוליב "עיקארן" געוויקסן פארנט פונעם געשעפט, און זיי זענען שפּעטער געווארן צוריק פאראייניגט מיט די איבריגע פון זייער סטאדע.
 
מי אדיר | מוטי שטיינמץ
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES - Red Chablis 8% Alc -1.5L - Semi Dry - Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
AI fintech investment protected by US Gov. Bonds potential 9600% profit.
Eli...@royalgreenbank.com
For Sale established company include chain of skin treatment clinics, proven formulas, database £175K 07799557403
BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!

For sale previa 8 seater 52 reg good condition 07877856890

                                   TO LET                                  


A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com

5 bedroom house on Listira Park N16 for rent
£1200 per week 
07469617415
Large room in a shared house in the Eiruv inc garden, for reasonable price. No DSS 07492718972
Office to let st kildas road ground floor with air condition 125 pw all bills included 07957654017

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          


עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
Property management is looking for a road worker (male), immediate start, good pay, must have a car and driver’s license, Call 020-3996-9675 ext. 1
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
ווערט געזיכט א סעקרעטערי מיט גוטע
ענגליש פאר שעה א טאג
Text 07368585976 or
odagr...@gmail.com

                                 LOOKING                                  

Looking for 2 or 3 bedroom ground or 1 floor 07904811768
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking for a shop to rent, with some storage at the back. Please email Silverkey...@gmail.com or call 2039910175 will pay a finder's fee of 1000 £
Looking for 2 or 3 bedroom ground or 1 floor 07904811768

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               

Someone put keys through the letterbox by mistake on Craven Walk.
Marked: 818289 Norwood High Street SE27 9JS.
call 07392311815.
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922
Found in Elul a cream coloured cotton blanket with cherry design on Portland Ave. 07956039537, if not claimed within 2 weeks will be given away

                             TO GIVE AWAY                             

To giveaway neocate formula. Text only 07956039537

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב וארא 120127 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages