טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג ט"ז סיון תשפ"ו

10 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
May 31, 2026, 8:29:54 PMMay 31
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

באריכטן: איראן דיעל גרייט; טראמפ בעט
לעצט-מינוטיגע טוישונגען

וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער האבן נעכטן געזאגט אז דער דיעל צווישן אמעריקע און איראן איז גרייט און פארטיג, אבער פרעזידענט טראמפ האט געבעטן עטליכע אמענדמענטס און טוישונגען, וועלנדיג אהערשטעלן דעם דיעל מיט א בעסערע און שטייפערע אויסזען.

טראמפ וויל שטערקערע ווערטער אינעם טייל פונעם אפמאך וואס אדרעסירט איראן'ס נוקלעארע פראגראם, מיט מער ספעציפישע דעטאלן ווען און וויאזוי אמעריקע וועט באקומען איראן'ס אוראניום. אויך וויל ער שטערקערע ווערטער איבער ווידערעפענונג פונעם הארמוז.

עס איז נישט קלאר צי איראן וועט מסכים זיין אויף טראמפ'ס געפאדערטע טוישונגען, טראץ וואס עס זעט אויס ווי בלויז אויבערפלעכליכע זאכן. עס וועט דויערן מינימום 3 טעג צו קענען באקומען א רעאקציע פון איראן, צוליב די טעכנישע וועג וויאזוי זיי קאמיוניקירן לעצטנס.
 


כינע סטראשעט אייראפע איבער האנדל

בעיזשינג – כינע האט געווארנט אז זיי וועלן עפענען נייע האנדלס אויספארשונגען קעגן די אייראפּעאישע יוניאן אויב די אייראפּעאישע וועלן גיין פאראויס מיט פּלענער צו צוימען אימפּארטן פון סובסידיזירטע כינעזער פּראדוקטן. די סטראשונקע קומט אין א צייט וואס אייראפּעאישע באאמטע באטראכטן נייע שריט צו באשיצן אירע אינדוסטריעס, אריינגערעכנט עלעקטעריק קאר מאנופעקטשורינג, אייזן, כעמיקאלן און סאלאר טעכנאלאגיע, פון כינעזער קאנקורענץ.
 


גואטאמאלא לייקנט אמעריקאנער מיסיעס

גואטאמאלא – דער גואטאמאלא פּרעזידענט בערנארדא ארעוועלא האט געלייקנט באריכטן אז זיין רעגירונג האט דערגרייכט אן אפּמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן צו ערלויבן געמיינזאמע מיליטערישע לופט באמבארדירונגען קעגן דראג שמוגלעריי באנדעס וואס אפּערירן אין די גואטאמאלא טעריטאריע. ארעוועלא האט באשטעטיגט אויסגעברייטערטע קאאפּעראציע מיט אמעריקע אויף דעם פראנט, אבער נישט קיין שום נייע מיליטערישע אפּעראציעס.
 


קעניע בלאקירטאמעריקע'ס עבאלע צע נטער

אפריקע – א קעניא געריכט האט צייטווייליג בלאקירט א טראמפּ אדמיניסטראציע פּלאן צו בויען און אפּערירן אן עבאלע וויירוס קוואראנטין און באהאנדלונג צענטער פאר אמעריקאנער בירגער וואס געפונען זיך אין קעניא. דער אורטייל איז געקומען געציילטע שטונדן נאך וואס אמעריקאנער געזונטהייט אויטאריטעטן האבן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט אן אפּמאך מיט די קעניא רעגירונג אוועקצושטעלן א פעלד-שפּיטאל פון פופציג בעטן ביי אן ארטיגע עירפארס באזע.
 


היסטארישע חלוקת ירושה פון הרה"ק 
בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע צווישן די
זוהן כ"ק האדמורי"ם והרבנים שליט"א

מאנסי - א גאר היסטארישע אסיפה איז דאנערשטאג נאכמיטאג פארגעקומען צו צוטיילן די אומשאצבארע ירושה פון הרה"ק הברך משה מסאטמאר זי"ע צווישן די זוהן כ"ק האדמורי"ם והרבנים שליט"א. 

די אנטוויקלונג קומט שטייענדיג 20 יאר נאכן פטירה און נאך לאנגע יארן פון פארהאנדלונגען צווישן די עסקנים פון ביידע חצרות הקודש, ווען בעפאר דעם פארגאנגענע פסח איז ערשינען א בריוו אונטערגעשריבן דורך די זוהן און איידעמער פונעם ברך משה זי"ע אין בעפארברייטונג צום צוטיילונג, און אין די פאלגענדע צייט דערנאך זענען פילע היסטארישע חפצים געווארן צוריקגעקערט צו קענען דורכפירן די חלוקה גלייך אויף גלייך בעמק השווה. 

די ירושה איז געווארן צוטיילט אין פיר אייניגע ווערדפולע טיילן דורך א גורל צווישן די פיר זוהן, כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א. עס איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר׳ ליפא פריעדמאן זוהן פון לעגענדארער משב"ק לבית סאטמאר הרה"ח ר׳ משה פרידמאן הי"ו, מיט די אנוועזנהייט פון פארשטייער פון אלע קינדער, הגה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א אב"ד בית ברוך, הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט, הרה"ג רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א זוהן פון הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און הרה"ג רבי משה האראוויץ שליט"א איידעם פון הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א, און משמשים בקודש און נגידים בעם פון ביידע חצרות. 

צווישן די גאר היסטארישע חפצים וואס זענען געפאלן אין גורל איז די הייליגע ר"ת תפילין פון הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, די טייערסטע חפץ פון אלע חפצים. דער היסטארישע זעלטענע בריוו פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע צום קדושת יו"ט איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"יי, די מנורה פונעם קדושת יו"ט איז אנגעקומען צו הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א, און די מגילת אסתר פונעם קדושת יו"ט צו הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א.
 


קריגס איבערלעבער אריינגעגעבן ספר תורה
ביי 100'סטע געבורטסטאג צערעמאניע

ניו דזשערסי   - הונדערטער אידן אין שטאט ענגלוואוד זענען זיך צוזאמגעקומען צו פייערן א גאר אייגנארטיגע און רירענדע הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אהבת תורה דורך הישיש ר׳ יששכר בער גלען לעילוי נשמת זיין פרוי וועלכע איז נפטר געווארן מיט פיר יאר צוריק. ביים הכנסת ספר תורה איז אויך געפייערט געווארן דער 100׳סטע געבורטסטאג פון ר׳ יששכר בער לאויוש"ט. 

ביים מעמד האט ר׳ יששכר בער אפגעצייכנט זיין נקמה אין די נאציס ימ"ש וועלכער האבן אומגעברענגט זיינע עלטערן און פיר געשוויסטער, זייענדיג ארומגענומען מיט זיינע דריי קינדער און צענדליגער אייניקלעך און אור אייניקלעך בליעה"ר. פילע לאקאלע ערוועלטע באאמטע האבן אויך מיטגעהאלטן דעם פרייליכן מעמד, דערביי האט דער מעיאר און סיטי קאונסיל מיטגלידער אים באעהרט מיט א מעדאל און די ׳שליסל צום שטאט׳.
 

Contact us now
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

האסט מיר ניטאמאל געלאזט אויסרעדן!...
 
אינדיע – עמיצער וואס האט געזוכט א דזשאב ביי א קאמפּאני וואס האט רעקלאמירט אן אפענע פּאזיציע, איז געווען איבערראשט צו ווערן אפּגעזאגט פונעם דזשאב נאך איידער די קאמפּאני האט אפילו געהערט זיינע קוואליפיקאציעס און דזשאב היסטאריע. יענער האט געשריבן אנליין אז ער האט אנגעהויבן די אפּליקאציע פּראצעדור מיט'ן קודם אריינשיקן בלויז זיין אימעיל אדרעס, און נישט א גאנצע אויסגעפולטע אפּליקאציע, און מינוטן שפּעטער האט ער באקומען אן אנטווארט אז ער איז נישט קוואליפיצירט...
 
אשריכם אדירי התורה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
לונדון: די קינדער פון באבוב'ער תלמוד תורה אין לונדון האבן מיט גרויס הנאה זיך משתתף געווען אין א "סייענס פעיר" ווי קינדער פון דדי גרויסע כיתות האבן פרעזענטירט פארשידענע סייענס עקספערימענטן ווי למשל ווי אזוי מען קען מאכן א וואלקענע אויפרייס מיט געוויסע פשוטע היים מאטריאל, מאכן סליים, און טרעפן עכטע אייזן אין די פרישטיג סיריאל, אזוי אויך האבן זיי פרענטירט געזונטע עסן באלאנס און וואס צוקער מאכט פאר די ציינער, נאך עקספערימענטן האבן באוויזן ווי אזוי די כח השמיעה און כח הראיה ארבעטן.
די קינדער האבן זייער הנאה געהאט און גלערנט דעם מה רבו מעשיך ה'

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

טייערע עמעזאן פארקויפער! אויב איר ווילט באקומען פראדוקטן פון אמעריקע פאר גוטע און ביליגע פרייזן, ביטע פילט זיך פריי צו קאנטאקטירן אונז ביי 917-618-3729 אדער שיקט אונז אן אימעיל צו 4709...@gmail.com


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

די ביליגסטע "SIM ONLY" פלענס וואס מיר האבן נאר אמאל געהאט!
די פלענס הייבן זיך אן ביי בלויז £4.99 א חודש.
קומט שוין אריבער צו אונזער געשעפט אדער רופט: 0330-043-8613

Car for Sale
SEAT ALHAMBRA, 66 Plate, 83k Miles, good condition, minor body damage, £8,000
Call / text: 07907799197
For Sale: Toyota Prius T-Spirit, excellent condition inside and out, under 100k miles, leather seats, reverse camera, and cruise control – £4,500. Call: 07341-185261.

                                   TO LET                                  

For Rent: Brand New one bedroom apartment with small kitchen For short let's UC welcome.This space can also be used for offices.
07974-811-402

Large house to rent in Broughton green.manchester  Sleeps ten + cot.
Available 27 July -10 August, £850 per week. Call 07415883905

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
 
הערליכע Holiday cottages אין די בערג פון Northumberland בית המדרש, מקוה, שווימען כשרע ים
play grounds, (sleeps 4/5)
שוקט א אימייל צו manorcountry...@gmail.com אדער צו 07772065053

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
New machatunim house in Manchester! Nice and spacious. Close to shuls and shops. Sleeps 10. Call/text 07917454529

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ב בהעלותך 010626.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages