אייראפּע-אוקראינע מיט קאנטער-פארשלאג פאר שלום אפּמאך
לאנדאן – אוקראינע אינאיינעם מיט אייראפּעאישע לענדער האבן ארויסגעשטעלט א קאנטער-פארשלאג צום שלום אפּמאך וואס פּרעזידענט טראמפּ האט געהאט פארגעשלאגן צו קענען ברענגען אן ענדע צו דער רוסישער אינוואזיע אין אוקראינע.
דער אייראפּעאישער פארשלאג נעמט אריין א זאפארט פולשטענדיגער פייער אפּשטעל, מיט מאניטארינג געפירט דורך אמעריקע און אנדערע לענדער, און אז רוסלאנד מוז צוריקגעבן אלע דעפּארטירטע און פארכאפּטע אוקראינישע קינדער צו זייערע פאמיליעס.
דער פארשלאג גיט פאר אוקראינע שטייפע זיכערהייט גאראנטיעס פון אמעריקע, אבער די אייראפּעאישע לענדער זענען נישט פולקאם איינשטימיג איבער נאטא מעמבערשיפּ פאר אוקראינע, נאר פאר אייראפּעאישע יוניאן מעמבערשיפּ.
אישוס פון טעריטאריע וועלן דיסקוסירט און געלעזט ווערן נאכ'ן אוועקשטעלן א פולן פייער אפּשטעל, און ס'וועט זיך אנהייבן פון וואו די קאנטראל-ליניעס זענען יעצט. אוקראינע זאל צוריקבאקומען די זאפּאראזשיע נוקלעארע איינריכטונג.
געוויסע פּונקטן פונעם אייראפּעאישן פארשלאג זענען זייער ענליך צו דאס וואס טראמפּ האט ארויסגעשטעלט, און עס אנטהאלט נישט קיין שום אפענע קעגנערשאפט צום געדאנק אז אוקראינע דארף אויפגעבן טעריטאריע פאר די רוסן. |
|
געלונגענער אטענטאט אויף הויכן רוסישע גענעראל
מאסקווע – א הויכראנגיקער רוסישער גענעראל איז אומגעברענגט געווארן פרייטאג אין אן אונטערגעשטעלטער קאר באמבארדירונג אין דער שטאט באלאשיקא, נישט ווייט פון מאסקווע. דער אויפרייס האט פּאסירט קורצליך נאך וואס דער אמעריקאנער דיפּלאמאט סטיוו וויטקאף האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין אין מאסקווע. דער אומגעברענגטער גענעראל איז געווען יארוסלאוו מאסקאליק, און פארדאכט איז באלד געפאלן אויף אוקראינישע אגענטן. |
|
מאסק גייט צוריק קיין טעסלא
אמעריקע – אילאן מאסק פארלאזט טראמפ־קאבינעט צו ראטעווען טעסלע נאך א פינאנציעלן קראך, אילאן מאסק האט אנגעזאגט אז ער וועט רעדוצירן זיין אינוואלוומענט אין דער טראמפ־אדמיניסטראציע און זיך מער קאנצענטראירן אויף טעסלע, נאכדעם וואס די פירמע האט איבערגעגעבן א שארפן 71% געפאל אין נעט־פארדינסט און א 13% מינוס אין פארקויפן אין דער ערשטער קווארטאל פון 2025.
מאסק'ס ארבייט אין דעם (DOGE), וואו ער האט געפירט מיט רעגירונגס־שפארונגען און אפזאג פון פובליק־ארבעטער, האט אויסגערופן ברייטע קריטיק און פראטעסטן, וואס האבן געשעדיגט טעסלע'ס אימעדזש און פארקויפן.
אין א קאנפערענץ־קאל מיט אינוועסטארן האט מאסק געזאגט אז ער וועט זיך צוריקציען פון זיין פאליטישער ראלע צו איין אדער צוויי טעג א וואך, און זיך מער אפגעבן מיט טעסלע, וואס האט פארלוירן איר פירנדע פאזיציע אין דער גלאבאלער עלעקטרישע אויטא־מארקעט צו אנדערע,
די נייעס האט געפירט צו א 5% אויפשטייג אין טעסלע'ס אקציעס אין נאכדעם־האנדל, כאָטש זיי זענען נאך 50% אונטער פון זייער הויכסטן ווערט אין דעצעמבער. טעסלע פלאנט איצט צו רילאונטשן די Model Y מיט ביליגערע ווערסיעס און צו אינאווירן מיט א ראָבאָטאַקסי־דינסט אין יוני, אין א פרווו צוריקצוברענגען פארקויפן און אינוועסטאר זיכערהייט. מאסק האט אויסגעדריקט אפטימיזם אז טעסלע וועט זיך צוריקשטעלן ביז סוף יאר, כאָטש די פירמע שטייט פאר שווערע מארקעט־קאמפעטיציע און פאליטישע אומשטענדן. . |
|
אמעריקא באנוצער פון חלב-סתם באזארגט
וואשינגטאן – די "ארטאדאקס יוניאן" כשרות ארגאניזאציע זאגט אז זיי הערן נישט אויף באקומען טעלעפאן רופן און מעסעדזשעס פון אידן אין אמעריקע וועלכע טרינקען חלב-סתם, אז זיי זענען באזארגט וועגן א פּלאן פון דער פעדעראלער רעגירונג אפּצושטעלן רעגירונג אינספּעקשאנס אויף מילך פּראדוקציע פאבריקן. הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל האט מתיר געווען חלב-סתם דורכ'ן זיך פארלאזן אויף רעגירונג אינספּעקשאנס, אבער די טראמפּ אדמיניסטראציע וויל אפּשאפן די סארט אינספּעקשאנס אינגאנצן. |
|
עלטסטע איבערלעבער אין אר"י נפטר געווארן
ערד – מרת נחמה גראסמאן ע"ה, א האלאקאוסט איבערלעבער וועלכע איז געווען די עלטסטע איבערלעבער אין ארץ ישראל, איז אוועק פון דער וועלט פארגאנגענעם דאנערשטאג אין טיפן עלטער פון 110 יאר. די פרוי איז געבוירן שנת תרע"ד און האט איבערגעלעבט די וועלט מלחמה, מיטמאכנדיג עטליכע לאגערן און ביטערע שוועריגקייטן, און נאכדעם האט זי זיך באזעצט אין ארץ ישראל. זי האט איבערגעלאזט צוויי קינדער, פיר אייניקלעך, אומצאליגע אור-אייניקלעך און אור-אור אייניקלעך. |
|
|