טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך י' אלול תשפ"ה

28 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 2, 2025, 5:21:36 PMSep 2
to לוח היום אימעיל

ענגלאנד וועט פארקויפן וואפנס פאר נארוועגיע
 
אייראפּע – ענגלאנד האט געשלאסן א 13.5 ביליאן דאלער דיעל צו קויפן פינף פארגעשריטענע מיליטערישע שיפן פאר נארוועגיע, אפּצייכענענדיג ענגלאנד'ס סאמע גרעסטע מלחמה-שיפן עקספּארט אין היסטאריע. די שיפן זענען דעזיינט פאר אנטי-סובמארין אפּעראציעס און איז געצילט צו דינען אלס טייל פון א ברייטערע פּלאן פון "נאטא" צו פארשטארקערן די צפון אייראפּע פארטיידיגונגען קעגן רוסישע אנגריפן. דאס בויען די שיפן וועלן שאפן טויזנטער פרישע דזשאבס אין ענגלאנד.
 

אינדיע, כינע און רוסלאנד פארשפּרעכן פאראייניגטע אנטי-אמעריקע פראנט
 
בעיזשינג – די פירער פון כינע, רוסלאנד און אינדיע האבן פארשפּראכן נאנטערע קאאפּעראציע, שיקנדיג א מעסעדזש צום אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ איבער זיין אויסערן פּאליטיק צוגאנג צו די דריי לענדער איבער גלאבאלע האנדל און אנדערע וויכטיגע אישוס.

דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין, דער כינעזער פירער שי דזשינפּינג און אינדיע'ס פּרעמיער מיניסטער ניראנדרא מאדי האבן זיך געטראפן נעכטן ביים "שאנכאי קאאפּעראציע סאמיט" אין כינע, וואו זיי האבן זיך סימבאליש גערייכט די הענט אין א דריי-שפּיציגע בונד.

די דריי האבן זיך געטראפן ביים סאמיט פאר וויכטיגע געשפּרעכן, און האבן באשלאסן צו ארבעטן אינאיינעם צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן אמעריקע'ס פּרואוון צו איזאלירן מאסקווע, פּרעשורן בעיזשינג און אוועקשלעפּן ניו דעלהי פון רוסישע אויל האנדל.
 

טויטליכע ערדציטערניש אין אפגאניסטאן
 
קאבול – א מאכטפולע 6.0 ערדציטערניש האט באטראפן מזרח אפגאניסטאן נעבן דער פּאקיסטאן גרעניץ, פירנדיג צו העכער אכט הונדערט פאטאליטעטן און צוויי אהאלב טויזנט פארוואונדעטע. דער טאליבאנער רעזשים אין לאנד האט געזאגט אז די שווערסט-באטראפענע געגנטער זענען אפּגעזונדערטע שטעטלעך אין די קונאר און נאנגאראר פּראווינצן, און ווי לענגער די רעטונג אפּעראציעס דויערן, וואקסן די פאטאליטעטן. די טאליבאן האט אפּעלירט פאר הילף פון לענדער איבער דער גארער וועלט.
 

מאסיווע פּראטעסטן לענגאויס אינדאנעזיע
 
דזשאקארטא – טויזנטער אינדאנעזיער בירגער זענען ארויסגעקומען אין די לעצטערע טעג ביי מאסן פּראטעסטן אינעם הויפּטשטאט דזשאקארטא און אנדערע שטעט, צו פּראטעסטירן די שוואכע עקאנאמישע צושטאנד אין לאנד, טראץ וואס אפיציעלע באריכטן צייגן אז די עקאנאמיע איז געוואקסן 5.1 פּראצענט און אז די ארבעטסלאזיגקייט ראטע איז נידריג. די דעמאנסטראציעס זענען אונטערגעצונדן געווארן טיילווייז דורכ'ן טויט פון א יונגן מאטארביציקל טעקסי דרייווער ביי א געפעכט מיט פּאליציי.
 

מיסיל סירענעס ביי נייעם
לערן-יאר אין אוקראינע

 
זאפּאראזשיע – טויזנטער אידישע קינדער און בחורים לענגאויס אוקראינע האבן נעכטן אנגעהויבן דעם נייעם לערן-יאר, און זענען באלד דערמאנט געווארן אז זיי געפינען זיך אין א לאנד וואס איז פארוויקלט אין א מלחמה. אינמיטן די טראדיציאנאלע "ערשטע גלאק" אין פילע פון די אידישע שולעס, אריינגערעכנט "אור אבנר" אין זאפּאראזשיע, וואס דער קלינג פונעם גלאק טוט אפּצייכענען דעם אפיציעלן אנהייב פונעם נייעם זמן, האבן זיך פּונקט צעפיפן די מיסילס סירענעס פון אריינקומענדיגע רוסישע מיסילס.
 

פינלאנד נעמט אראפּ מיליטער האקנקרייץ
 
העלסינקי – די רעגירונג אין פינלאנד האט געמאלדן אז זיי וועלן ענדליך אראפּנעמען דעם האקנקרייץ פונעם סימבאל פון זייער עירפארס, מער ווי הונדערט יאר נאך וואס דער סימבאל איז אדאפּטירט געווארן אין 918' למספּרם. מיליטערישע באאמטע זאגן אז נאך יארן פון שטעלן א ווידערשטאנד צום קאמפּיין אז זי זאל טוישן איר סימבאל, האט זי באשלאסן זיך צו ברעכן און אז דער באשלוס רעפלעקטירט "מאדערנע סענסיטיוויטעט און אינטערנאציאנאלע באטראכטונגען".
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער שרעקעדיגער שירעם
 
ניו יארק – איינקויפער ביי די "דעסטיני יו-עס-עי" שאפּינג מאל אין ניו יארק זענען אריינגעפאלן אין א פּאניק נאכ'ן זען א פּערזאן האלטנדיג א לאנגע ביקס. עטליכע האבן אלארמירט די פּאליציי וועלכע זענען אנגעקומען און האבן איינגעשטעלט אן עמורדזשענסי לאקדאון אין טיילן פונעם מאל און אן עוואקואציע אין אנדערע טיילן. עס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז דער "ביקס" איז ווירקליך געווען א פּשוט'ע גרויסע אומשולדיגע שווארצע שירעם, מיט א הענטל וואס האט אויסגעזען ווי א שווערד אדער ביקס.
 
שראלי פריעדמאן & מקהלת מנגן - היה עם פיפיות
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
For sale: 8-seater toyota previa £790. call/text  07471952035
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\

                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
4 Bedroom house to let for חודש תשרי with סוכה in Cazenove area Please call 07397-965-680

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
בית מדרש סענטער פון סטעמפארד הייל געייגנט פאר א כולל יעדער סדר £150 רופט 07877014032
סאיז געבלינגען נאך 20 טעלעפאנס SHOW MOBILE כל הקודם זוכה רופט 07979-039-054
צו פארדינגען א גרויסע דירה 2 בעדרומס אין מאנטשעסטער פאר חודש תשרי רופט 07769457166

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283

                                 LOOKING                                  
 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             

Blech (Pesachdik) call 020 8806 7417 or 07890 364 939

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
030925 ד כי תצא_compressed (1).pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages