טעגליכע לוח היום - מאנטאג י"ג סיון תשפ"ה

15 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 8, 2025, 7:59:12 PM6/8/25
to לוח היום אימעיל

רוסלאנד דורכגעפירט דראון נקמה
 
מאסקווע – ווי ערווארטעט האבן די רוסן דורכגעפירט זייער נקמה אויף אוקראינע אין רעאקציע צו דער דראון אטאקע אויף רוסישע מיליטערישע באזעס. די נקמה איז געקומען דורך א מאסיווע לופט אטאקע אויף קיעוו וואו עס האט געקאסט 3 פאטאליטעטן פרייטאג, און לופט אטאקעס אין עטליכע אנדערע שטעט וואו עס האט געקאסט 49 פארוואונדעטע. די אוקראינער זענען אבער נישט שטיל געבליבן און האבן אטאקירט און פארניכטעט א רוסישן העליקאפּטער ביי א לופט-באזע אין בריאנסק.
 

נייע רונדע סאנקציעס אויף איראן
 
טעהראן – די פאראייניגטע שטאטן האט פרייטאג ארויסגעשטעלט א נייע רונדע סאנקציעס אויף איראן, צילנדיג צען אינדיווידועלן און 27 קערפּערשאפטן, אריינגערעכנט צוויי פירמעס וואס זיי זאגן זענען געווען פארבינדן מיט איראן'ס נאציאנאלע טאנקער קאמפּאני. די אמעריקאנער טרעזשורי דעפּארטמענט האט געזאגט אז די סאנקציעס צילן איראנער בירגער און עטליכע קאמפּאניס אין די יונייטעד אראב עמירעיטס און האנג קאנג, וואס די פארמעגנס פון די קאמפּאניס זענען איינגעפרוירן געווארן.
 

רוסלאנד'ס וואגנער פארלאזט מאלי
 
אפריקע – רוסלאנד'ס טרויעריג-בארימטע "וואגנער גרופּע" וועט פארלאזן מאלי, נאכדעם וואס זיי האבן פארפולקאמט זייער מיסיע פון קעמפן קעגן ארטיגע איסלאמיסטישע מיליטאנטן פאר דריי א האלב יאר. די וואגנער גרופּע איז געווען בעיקר אין די העדליינס אין די לעצטערע יארן פאר זייער ראלע אין דער אוקראינע מלחמה וואו זיי האבן געהאלפן דאס רוסישע מיליטער, אבער זענען גערופן געווארן דורך מאלי פאר הילף נאך וואס דאס מיליטער דארט האט פארכאפּט רעגירונג קאנטראל און ארויסגעשטויסן מערב-וועלט טרופּן.
 

שוידערליך: שוהל פון הגאון רבי יצחק יוסף 
אין ירושלים העסליך אונטערגעצינדן

 
ירושלים - א שוידערליכע אינצידענט האט פאסירט זונטאג פארטאגס ארטיגע זייגער ווען א פארשוין האט אונטערגעצינדן די אור חביב שוהל בנשיאות דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אין די סנהדריה געגנט און געפירקלט קריסטליכע האקנקרייצן אויף א דערנעבענדע געביידע, עטליכע ספרים און די בענקל פונעם רב זענען גענצליך פארברענט געווארן אבער די שוהל האט געליטן בלויז מינימאלע שאדנס. 

פייערלעשער וואס זענען אין איילעניש אנגעקומען צום סצענע נאך באריכטן פון רויעך וואס איז ארויס געקומען פון די שוהל געביידע האבן פארלאשן דעם פייער בעפאר עס האט זיך ווייטער פארשפרייט און די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג און זוכן ארום די שולדיגע. פאליטיקאנטן פון אלע זייטן פון די פאליטישע ספעקטרום אין לאנד האבן פארדאמט די שרעקליכע אינצידענט און גערופן פאר א באלדיגע אויספארשונג, אין דער זעלבער צייט האט די שב"כ אגענטור  געמאלדן אז זיי פארשן אויס דעם אינצידענט צו דערגיין ווער עס שטייט דערונטער און די מאטיוון.
 

מעמד חנוכת הבית פון טייערסטע ארון קודש וואס איז די גרעסטע זילבער שטיק אויפן וועלט
 
ארץ ישראל - נאך לענגערע פאכאמאנישע ארבעט וואס האט געדויערט דריי און אהאלב יאר מיט די הילף פון 350 מייסטער ארבעטער פון צוועלף לענדער פון איבער דריי קאנטינענטן איז אנגעקומען די מינוט וואס די מאיעסטעטישע ארון הקודש אין די פראכטפולע ביהמ"ד פון ישיבת עטרת שלמה אין שטאט ראשון לציון בנשיאות ראש הישיבה הגאון רבי שלום בער סאראצקין שליט"א, איז באנייט געווארן ווען דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען א הכנסת ספר תורה אינאיינעם מיטן גרויסארטיגע חנוכת הבית פארן ארון הקודש נתנדב געווארן לעילוי נשמת הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל. 

די ארון הקודש איז געגלייבט צו זיין די גרעסטע זילבער שטיק אין די וועלט וואס וועגט איבער צוויי טאן פון זילבער ארומגענומען מיט א ריזן קוואנטום פון גאלד, עס איז 65 פיס לאנג און איבער צוויי שטאק הויעך, די ספרי תורה ליגן אין אן עקסטערע צימער געבויט אינעם ארון הקודש וואס איז קונצליך אויסגעשטעלט געווארן מיט די מייסטער האנט ארבעט פון ספעציעליסטן וואס קומען פון אינדיע ווען אויפן טיר פונעם חדר איז ארויפגעקלאפט געווארן די קלענסטע מזוזה אין די וועלט וואס איז געשריבן אויף פארמעט וואס מעסט זיך בלויז עטוואס גרעסער ווי איין אינטש אויף א אינטש.
 

לופט-שיפן קורסירן העכער אהייא

אהייא – פארגאנגענע וואך האבן מיר געשריבן אין דעם רובריק וועגן שיפן אין דער לופטן, וואס ווערן געהויבן און אוועקגעפירט דורך העליקאפּטערס, אבער אצינד רעדן מיר ווירקליך פון לופט-שיפן. לופט-שיפן זענען געווען א פּאפּולערע טראוועל מעטאד פאר בערך הונדערט יאר צוריק, בעפאר עס איז אונטערגעגאנגען, און איינס פון די מערסט-איקאנישע לופט-שיפן איז געווען מיט די גרויסע סימבאל פון דער "גוד-יעיר" רעדל פירמע. אצינד ווערט אפּגעצייכנט 100 יאר פון ווען "גוד-יעיר" האט דורכגעפירט איר ערשטע רייזע מיט'ן לופט-שיף, און דאס אפּצוצייכענען קורסירן לופט-שיפן העכער אהייא, די געבורט-שטאט פון דער קאמפּאני.
 

א הערליכע ניי לייבערי וועלכע פארמאגט אן אוצר פון רייכע ליין מאטריאל אויפן אידישן שפראך איז אויפגעשטעלט געווארן אין שולע בנות ישראל-קענווי איילענד
נדבת ידידינו האברך החשוב הר"ר משה שרייבער שליט"א וואס האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות לע"נ זיין חשובע מאמע מרת חנה יוטא בת מוה"ר מנשה יוסף ע"ה

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
Lexus GS for £2800 Grab a bargain! Quick sale. 07774090462
                                   TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Office for Rent – Knightland Rd
£60 per desk, or the whole office for £120
Call: 07463 173 111
Brand new Office
TO LET Size: c.60 sqm - 4/5 rooms
Bergholt Crescent Self-contained with private entrance Basement with daylight (high ceiling)
07971 187 720
Stunning 2 bedroom flat in Manchester available to rent for שבועות!from the 29th may until 8th of June,for more details call/text:07368155476
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724
Holiday cottages אין די בערג מיט בית מדרש , מקוה  , jumping castle etc 07943522881 01617089291

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

 


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב בהעלותך 090625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages