ארגענטינער פּרעזידענט'ס וואלן זיג
בוענאס איירעס — די פּארטיי פונעם ארגענטינער פּרעזידענט האוויער מילעי האט אפּגעהאלטן גרויסע זיגן ביי די ארטיגע נאציאנאלע סענאט וואלן, ווען די פּארטיי האט באקומען מער ווי פערציג פּראצענט פון אלע אפּגעגעבענע שטימען און האט באקומען פרישע זיצן אינעם סענאט. דאס איז א שטארקער שטופּ פאראויס פאר פּרעזידענט מילעי, פאראויסצוגיין מיט זיין פּרא-קאפּיטאליסטישע צוגאנג פון שניידן רעגירונג שפּענדונג און פאלק-אנגעוויזנקייט אויף רעגירונג. |
|
סודאן איסלאמיסטן פארכאפּן שטאט
אפריקע – נאך צוויי יאר פון ברוטאלע שלאכטן, האבן די איסלאמיסטישע "רעפּיד סופּארט פארסעס" קעמפער דערקלערט אז זיי האבן פארכאפּט קאנטראל פון דער הויפּט מיליטערישע באזע אין דער שטאט על פאשאר, אינמיטן דער אנגייענדיגער בלוטיגער מלחמה וואס בוזשעוועט צווישן די איסלאמיסטן און די סודאנעזער מיליטער. עס איז שוין באשטעטיגט געווארן אז די איסלאמיסטן באגייען פעלקער-מארד קעגן סודאנעזער בירגער, און אצינד ציטערט מען אין על פאשאר אז זיי וועלן דערמארדן טויזנטער. |
|
אמעריקא-מעקסיקא טאריף דעדליין פארלענגערט
מעקסיקא סיטי — דער מעקסיקאנער פּרעזידענט פרוי שיינבאום האט נעכטן געמאלדן אז זי האט דערגרייכט אן אפּמאך מיט פּרעזידענט טראמפּ, נאכ'ן רעדן מיט אים טעלעפאניש, אז דער האנדלס דעדליין צווישן די צוויי לענדער וועט פארלענגערט ווערן מיט עטליכע וואכן, צו געבן מער צייט צו פארהאנדלען די 54 אישוס אויף וועלכע עס זענען דא מיינונגס דיפערענצן. עס גיט צייטווייליגע דערלייכטערונג אויף די 30 פּראצענט טאריפס וואס טראמפּ וויל שטעלן. |
|
ווילדע גניבה אויף איד אין אנטווערפּן
בעלגיע – פארלאפענעם פרייטאג צונאכטס האט פּאסירט א ווילדע גניבה אין אנטווערפּן, וואו א מוסולמענער פּארשוין איז איבערגעפאלן א אידישע פרוי און אראפּגעכאפּט איר צירונג און אנטלאפן. דער מאן האט צוגעזען די גאנצע זאך און אנגעהויבן שרייען פאר הילף, וואס האט געברענגט עטליכע יונגעלייט צו פּרובירן נאכלויפן דעם אטאקירער, אבער ער איז פארשוואונדן געווארן. שפּעטער ווען מען האט אים געכאפּט, האט אים די פּאליציי נישט געוואלט ארעסטירן און אים גאר געגעבן א וועג אהיים. |
|
מאראקא וועט פּרעזערווירן אידישע ארט
מאראקא – דער קולטור מיניסטער פון דער מאראקאנער רעגירונג האט געמאלדן א פּלאן צו רעסטאוורירן און אנטוויקלען די היסטארישע "דאר מולאי האשאם" אלס א פּלאץ וואס וועט זיין געצילט צו פארשפּרייטן די געשיכטע פון אידישע היסטאריע. דאס פּלאץ געפינט זיך אין דער שטאט דעמנאט, וואו עס וואוינען שוין נישט קיין שום אידן, אבער די דערנעבנדיגע אידישע בית החיים איז לעצטנס רענאווירט געווארן און געדעקט געווארן דורך דער מאראקאנער רעגירונג. |
|
|