טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג ז' תשרי תשפ"ו

21 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Sep 28, 2025, 11:17:04 PMSep 28
to לוח היום אימעיל

זעלענסקי וויל אמעריקע'ס טאמאהאק מיסילס
 
קיעוו – דער אוקראינישער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט געבעטן פון פרעזידענט טראמפ צוצושטעלן אמעריקאנער טאמאהאק קרוז מיסילס פאר די אוקראינישע מיליטער. די ביטע איז געקומען ביים צוזאמטרעף צווישן טראמפ און זעלענסקי ביים יו-ען דזשענעראל אסעמבלי, וואו זיי האבן גערעדט פאר א לענגערע צייט. צווישן אנדערן האט טראמפ געלאזט הערן גרייטקייט צו ערלויבן אוקראינע צו נוצן אמעריקאנער לאנג-שטרעקיגע מיסילס אויף צו באמבארדירן צילן טיף אין רוסישע טעריטאריע.
 

אייראפעאישע אפמאך
איבער נייע "דראון וואנט"

 
בריסל – דער אייראפעאישע יוניאן פארטיידיגונג קאמישאנער אנדריוס קוביליאס האט געזאגט אז די מזרח אייראפעאישע לענדער האבן איינגעשטימט אויף א נייע אפמאך אוועקצושטעלן א "דראון וואנט" זיך צו באשיצן פון רוסישע און אנדערע אריינדרינגונג געפארן. אונטער'ן אפמאך וועלן אלע לענדער אינאיינעם צושטעלן פארגעשריטענע דעטעקשאן טעכנאלאגיע און אראפשיס סיסטעמען צו קענען אויפכאפן פיינטליכע דראונס און פליענדיגע אביעקטן גענוג פרי, און עס צו קענען אראפשיסן באצייטנס.
 

שי דזשינפינג וויל טראמפ טויש איבער טייוואן
 
בעיזשינג – דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט אז דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וויל א דראסטישע טויש פון פרעזידענט טראמפ, אז ער זאל זיך ארויסשטעלן קעגן סיי וועלכע פרואוו פון טייוואן צו ווערן פולקאם זעלבסטשטענדיג. ביז יעצט האט אמעריקע אנגעהאלטן אן אומקלארע סטאטוס, דורכ'ן שטיצן טייוואן זיך צו פארטיידיגן פונעם כינעזער געפאר אבער איינצייטיג זאגן אז טייוואן איז אונטער כינע. אצינד וויל דזשינפינג אין אויסטויש פון א האנדלס אפמאך אז טראמפ זאל טוישן אמעריקע'ס פאליסי.
 

כאאס ביי אידן אומקערנדיג אהיים פון אומאן
    
אוקראינע – כאאס האט געהערשט אין די לעצטע פּאר טעג זינט מוצאי ראש השנה, ביי טויזנטער אידן וועלכע האבן פּרובירט זיך אומקערן אהיים נאכ'ן זיין אויף ראש השנה אין אומאן, אוקראינע. מאסן זענען געווען געשטראנדעט צוליב שטארקע געדרענג ביי אלע אייראפּעאישע גרעניצן, פארפּאסטע פליגערס, כאאטישע באס און טעקסי טראנספערס, און ווייניג הילף אויף דער ערד. דאס האט אפעקטירט פלייטס קיין ארץ ישראל און אויך א ספּעציעלע חסידישע פלייט קיין ניו יארק, און ערב שבת איז געווען כאאס מיט א צאל פליגערס.
 

ארעסט איבער אויסטראליע האס אינצידענט
 
אויסטראליע – א זעכצן יעריגער יונג איז ארעסטירט געווארן פאר'ן דורכפירן אן אנטיסעמיטישע איבערפאל אין א באן סטאנציע אין סידני, אויסטראליע. דער אינצידענט האט פּאסירט פאריגן מאנטאג ערב ראש השנה נאכמיטאג, ווען א איד איז אראפּגעקומען פונעם באן און צוויי פּארשוינען זענען צוגעקומען צו אים, געסטראשעט מיט א מעסער און געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען. זיי האבן אים דאן פיזיש אטאקירט און אנטלאפן. נאך אן אויספארשונג האט מען געכאפּט איינעם.
 

🗝 The segulah knife for a long life and good parnassah!🗝

Open the doors of Parnassa!
Receive from 
 Maran HGR"S Galay shlit"a
The Segulah Knife 
for a long life and good parnassah!
 
Rav Shimon Galai shlit"a requested that the following words should be engraved on the knife:
"A brocha to Kupat Ha'ir donors that in the merit of the tzedakah, middah k'negged middah
They will merit long life in good health and an abundant, honorable parnassah in the upcoming year 5786
and much nachas, b'ezras HaShem"
 
Receive  the The Segulah Knife for a long life and good parnassah>>>
Please donate here
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

בריוו פון טשעכסלאוואקיע'ס פאטער-גרינדער
 
אייראפע – א ניי-אנטדעקטע קאנווערט וואס האט אמאל באלאנגט פאר טאמאש גאריגו מאסאריק, דער גרינדער פון טשעכסלאוואקיע איז אפירגעשווימען. טשעכיי'ס פרעזידענט פיטער פאוועל האט אויפגעדעקט דעם בריוו וואס איז געשריבן געווארן צו מאסאריק פאר זיין זוהן מיט 90 יאר צוריק ווען דער זוהן איז געווען אויסערן מיניסטער, אין וועלכע ער שרייבט פארשידענע אנווייזונגען פאר זיין זוהן, אריינגערעכנט אז "מענטשן גלייכן צו זיין נאריש. מאך עס נישט גרינג פאר זיי. טענה זיך נישט מיט זיי".
 
ישראל אדלר - והאר עינינו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
ד' מינים ליסטע - סוכות
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM - Cab. Soft - Classic Red - Riesling Rose Box Of 6 £101 - 07814375591 - FREE DELIVERY
Best quality panels for only £35, high-quality varnish for £40 – call now: 0734 608 5801
מקומות הקדושים סעיל! אר"י ר"ה £575 אומאן ר"ה £450 פרעשבורג ליל שישי כ"ה תשרי פון £185 מיט קערעסטיר £249 זעליחוב ביוד"ה ליזענסק ליל שישי ד' תשרי £99 8051-2424\
electric scooter with 23mph for £300 please text 07949434317
"סימנא טבא"
די געשמאקע היימישע 'סימנים' לליל ר"ה
(כרתי, סילקא, קרא, רוביא) בטעם ירושלמי, פון מאנטשעסטער, היי יאר צו באקומען אויך אין לאנדאן.
פּרייז פאר א סעט: 25 £.
רופט: 02088091068
די שטערקסטע בעסטע שענסטע PANELS 
פאר £33 מיט דעליווערי
 רופט אדער טקסט Sukkah Market
07474-892-891
צו פארדינגען א 2 בעדרום דירה בילט-אין סוכה LAMPARD געגנט גוטער פרייז רופט : 07459017935


                                   TO LET                                  
 
Newly renovated office office in central location
-Up to 4 desks
-Kitchenette.
-Ground floor
-High sealing
-Ultra fast Broadband
£700 PCM
including utility & internet
Please text 07787 655 056

Luxury apartment for a couple – Belza Square Jerusalem. $75 weekday, $100 Shabbat, Possibility to order  meals. call: 075-345-65923
Offices for Rent – 3 Large Rooms on Forburg Rd
Call now: 079 535 25238
Nice two-bedroom apartment for the whole Tishrei. Stunning salon and kitchen. Crazy deal!
Call now: 0032 483 036086
Spacious, stunning duplex with 8 bedrooms, 5 toilets, 3 showers/baths, huge salon and kitchen upstairs and downstairs, in the center of Antwerp! With a suka!
0032 483 036086
Short term rental app in Antwerp available for YK & Sukkos Save the nr +32472283335

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

אינגערמאן איז פריי געווארן אין די פארמיטאג שעות צו לערנען מיט בחורים אדער קינדער ביטע רופט 07756289283
א היימישע ת"ת זוכט א מלמד לפנה"צ פאר כיתה ג' אנצייבען חשון"
אינטערעסירטע ביטע רופט:
07388997032
אויב קיין ענטשפער ביטע לאזט א הודעה מיט אייער נאמען און נומער
א מוסד זוכט א ווען דריווער צו נאמען מיידלך אינדערפרי / נאכמיטעג או אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט 07775925060
א אינגערמאן זיכט ארבעט א גאנצן טאג אין shop or warehouse ביטע רופט 07848481148

                                 LOOKING                                  
זוכט צו קויפן א גרייטע סוכה  סייז 10*12  רופט 07543511207
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
290925 ב האזינו_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages