טעגליכע לוח היום - זונטאג פר' בלק תשפ"ה לפ"ק

19 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 6, 2025, 9:49:13 AM7/6/25
to לוח היום אימעיל
פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן נאך א טעלעפאון געשפרעך מיט פוטין

וואשינגטאן — פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א טעלעפאנישע שמועס מיטן רוסישן פרעזידענט ולדימיר פוטין, אין וואס איז געווען זייער זעקסטע פאון-געשפרעך זינט טראמפ איז צוריק אין ווייסן הויז.

לויט רוסישע באאמטע, האט פוטין אויפגעברענגט די סיטואציע אין איראן און אינעם ברייטערען מיטל מזרח, אונטערשטרייכנדיג רוסלאנד'ס שטעלונג אז אלע קאנפליקטן דארפן געלייזט ווערן דורך דיפלאמאטיע און פאליטישע וועגן.

פוטין האט אויך אויסגעדריקט זיין גרייטקייט פאר פרישע פארהאנדלונגען מיט אוקראינע, אבער דערצו באטאָנט אז רוסלאנד וועט נישט איבערגעבן קיין איין אינטש פון אירע באשטימטע צילן — הויפטזעכטליך אפשאפן די אומשטענדן וואס האבן לויט זיי געפירט צום קאנפליקט.

די ווייסע הויז איז נישט ארויסגעקומען מיט א באזונדערע ערקלערונג איבער דעם פאון געשפרעך, אבער הויכראנגיקע אמעריקאנער באאמטע זאגן אז טראמפ האט אייגענע שטעלונגען ארויסגעברענגט איבער ראיאנאלע זיכערהייט, אנצייגנדיג אויך זיינע זארגן איבער איראנ'ס ראלע אין דער געגנט

פרעזידענט טראמפ האט יא אויסגעדרוקט זיין אנטריסונג נאך די פאון געשפרעך אז ער זעהט נישט פוטין זאל זיין גרייט פאר שלום אין אייראפע.
 

ערנסטע פייער אפשטעל אויפן טיש
 
מדינת ישראל - די פייער אפשטעל געשפרעכן אין עזה ווערן מער ערנסט, קוועלער אינערהאלב די בלוטיגע חמאס טעראר גרופע געבן איבער אז חמאס איז גרייט צו אננעמען א נייעם אמעריקאנער פארשלאג, וואס מדינת ישראל האט אויך זיך צוגעשטעלט דערצו. בשעת ישראלישע אדער אמעריקאנער באאמטע האבן נאכנישט באשטעטיגט די פרטים, הערט מען פון פרעמדע קוועלער אז מען רעדט פון א 60-טאגיגער פייעראפשטעל, אונטער וואס כאמאס וועט ארויסלאזן 10 לעבעדיגע משכונות און 18 נפטרים.

די אפמאך אנהאלט אויך א פרט אז כאמאס וועט נישט מאכן עפענטליכע צערעמאניעס נאכ'ן באפרייען די משכונות, און מדינת ישראל וועט אויפהערן מיליטערישע אפאראציעס בשעת די פארהאנדלונגען גייען פאר, די זאך וואס קען נאך יא צוווארפן די קארטן בעפאר די לעצטע מינוט, איז איבער די לעצטע ארטיקל וואס זאגט אז מדינת ישראל וועט קענען צוריקגיין מלחמה האלטן נאך די פייער אפשטעל.

טראמפ'ס גרויסע הערליכע ביל באשטעטיגט
 
וואשינגטאן  - קאנגרעס האט נעכטן ענדליך געשטימט צו באשטעטיגן פרעזידענט טראמפ'ס ריזן פינאנץ-ביל, וועלכער ער רופט "די גרויסע און הערליכע ביל", און עס איז שוין אויפן וועג צום ווייסן הויז וואו טראמפ וועט עס, לויט ערווארטונג, אונטערשרייבן מאָרגן ביי דער יולי 4 חגא-צערעמאניע. דער ביל איז דורכגעגאנגען אין קאנגרעס מיט 218 שטימען — אלע רעפובליקאנער אויסער צוויי, און קעגן 214 שטימען — אלע דעמאקראטן צוזאמען מיט די צוויי רעפובליקאנער, טרעזשערי סעקרעטערי בעסענט האט אויסגעדריקט פולע שטיצע פאר דעם ביל, און עס גערופן, "א מאנומענטאלן שריט צו ראטעווען און שטארקן אמעריקע."

צווישן די הויפט נקודות אין ביל זענען: פארלענגערונג פון טראמפ'ס שטייער הנחות פאר אינדיווידואלן און ביזנעס פון זיין ערשטע טערמין, וועלכע שטייען יעצט ביי 4.5 טריליאן דאלאר. 350 ביליאן פאר נאציאנאלער זיכערהייט, אימיגראציע דעפארטאציעס, און פארבעסערטע אינוועסטירונג אין דער 'גאלדען דאום' פארטיידיגונגס סיסטעם איבער אמעריקע. א גרינגע רעדוקציע פון מעדיקעיד און פוד סטעמפס — 1.2 טריליאן — דורך איינפירן ארבעטס-פארלאנגן פאר פארדינער. אן אומבאשטומטע העכערונג אין טשיילד טעקס קרעדיט, די אונטערשריפט פונעם ביל ביי דער מארגן צערעמאניע וועט זיין א הויפט רגע פאר פרעזידענט טראמפ, ערווארטעט צו ווערן ארויסגעשטעלט ווי א הויפט געווינס פון זיין צווייטן טערמין.

רב פון צענטראל בני ברק דעקט אויף אז פאנדומענטן פון די געביידע פארניכטעט דורך איראנער מיסיל איז רח"ל געגאסן געווארן שבת
 
בני ברק - נאך וואס אן איראנער מיסיל האט מיט צוויי וואכן צוריק פארניכטעט א שולע געביידע אין די פרדס כץ געגנט נעבן בני ברק זענען די תושבי העיר אריין אין א פארלעגנהייט איבער די צוזאג פונעם חזון איש זי"ע אז אין בני ברק וועט קיינמאל נישט פאלן קיין ראקעטן אדער מיסילס, געוויסע האבן אנגעגעבן אז פרדס כץ איז נישט בני ברק און די געגנט איז פיל מיט חילולי שבת, אצינד איז אויפגעדעקט געווארן אז די געביידע זעלבסט איז ליידער געבויט געווארן מיט חילולי שבת. די אויפדעקונג איז געקומען היינטיגע וואך ביי א שיעור וואס הגאון רבי יהודה אריה דינער שליט"א, דער רב פון צענטראל בני ברק האט איבערגעגעבן, זאגנדיג אז ביי די יעצטיגע מלחמה האט מען קלאר געזען אז יעדע באמבע האט זיין אדרעס פון הימל וואו עס דארף פאלן און מען דארף דאנקן דעם אויבערשטן פאר די אפענע ניסים און גרויסע חסדים וואס מען האט געזען. 

ער האט דערציילט אין נאמען פון הגאון רבי נח פלאי שליט"א דער משגיח פון ישיבת תורה בתפארתה אז די געביידע וואס איז טאטל פארניכטעט געווארן איז נישט נאר געווען אין א געגנט וואס מען האט מחלל שבת געווען בפרהסיא נאר איז אויך געבויט געווארן מיט חילול שבת, און אז ער געדענקט פאר פערציג יאר צוריק ווען מען האט געגאסן די פאנדומענטן פון די געביידע האט די שטאט בני ברק גע’רעש’ט אז עס איז רח"ל געגאסן געווארן בעצם יום השבת קודש.

צוויי העסליכע
נוירסעס באשטראפט

 
אויסטראליע – צוויי נוירסעס אין אויסטראליע וועלכע האבן געסטראשעט אומצוברענגען אידישע און איזראעלישע פּאציענטן אין א ווידעא רעקארדירונג, זענען באשטראפט געווארן מיט דעם אז פאר צוויי יאר וועלן זיי נישט קענען ארבעטן אין קיין שום מעדיצינישע קאפּאציטעט. די צוויי זענען שוין סוספּענדירט פון דער ארבעט פאר א האלב יאר, נאך וואס עס איז פארשפּרייט געווארן די רעקארדירונג, אין וועלכע זיי האבן אפילו געגעבן אנצוהערן אז זיי פארנאכלעסיגן אידישע פּאציענטן
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א קאץ צום פארקויפען
 
איראן - טענעסי - פייערלעשער אין טענעסי האבן ערהאלטן א רוף ארויס צו ראטעווען א קליינעם קאץ פון א ווענדינ"ג מאשין אין א וואלמאר"ט געשעפט, ארבעטער אינעם געשעפט האבן געהערט די געוויין פון א קאץ ארויסקומן פונעם מאשין און זיי האבן אלאמירט די אינסטאנצן, די פייערלעשער האבן נישט געקענט צוקומען צו איר פיזיש האבן זיי איר "ארויסגערעדט" פונעם מאשין, איינער פון די ארבעטער האבן נאכדעם אדאפטירט דעם קאץ... 
 
עקיבא גרומאן, אושי צייגער, נשמה - מחרוזת דאנס
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
דינער הוקרה והערכה שנערך ע"י ארגון עולם החסד דחסידי בעלזא בהשתתפות קהל רב רבני הקהילה והאורח הרב מנדל פעפערקורן שליט"א מארה"ב 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
"תורה וחסד"
137 RAVENSDALE
הגיע כמות ענק של ספרים גם נדירים ביותר במחיר 1 פאונד
mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  
 
Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Holiday in Manchester – Large new apartment near Machzikei Hadas, available 11–22 August. Call 07553 255662
Warehouse to rent in the area 750 square feet approx. high ceiling. Please call 07356066300
"Office to let"
Office with space for 3-4 desk's has becomme available on Firsby road. For more info please text 07901719671
Flats in Val-Cenis French Alps
          10-21st August
2 Bedroom Sleeps 7/8 £1459
2 bedroom Sleeps 5/6  £1250
1 Bedroom Sleeps 3/4 £950
          Minyan on site
      Call 07533 419 797 / 07735 217 812 / 020 8802 9929

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712

                                 LOOKING                                  
 
Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email  jobof...@gmail.com

Looking to join a lorry to Tignes, France. Please call 07810806501
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
א בלק 0607252.jpg
א בלק 060725.jpg
א בלק 0607254.jpg
א בלק 0607253.jpg

Luach Hayom

unread,
Jul 6, 2025, 10:01:38 AM7/6/25
to לוח היום אימעיל
א בלק 060725...._compressed (1).pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages