טעגליכע לוח היום - מאנטאג ד' תמוז תשפ"ה

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 29, 2025, 7:32:48 PM6/29/25
to לוח היום אימעיל

מעקסיקא פארכאפּט קאנטראל אויף בענק

מעקסיקא סיטי – די רעגירונג אויטאריטעטן אין מעקסיקא האבן געמאלדן אז זיי האבן פארכאפּט קאנטראל אויף עטליכע בענק, נאך באשולדיגונגען אז זיי זענען באגאנגען "מאני לאונדערינג". דאס פארכאפּן די "סיאבאנקא", "אינטערקאם באנקא" און "וועקטאר קאסא דע באלסא" בענק איז געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס די אמעריקאנער טרעזשורי דעפּארטמענט האט געשטעלט סאנקציעס אויף די בענק פאר'ן טאן די אומלעגאלע שריט אין קאאפּעראציע מיט א צאל דראג באנדעס.
 

קאנאדע שטורעמט איבער "אייס" טויטפאל
 
אטאווא – די קאנאדישע רעגירונג פאדערט ענטפערס פון די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס א קאנאדישער בירגער איז געשטארבן בשעת'ן זיך געפונען אונטער ארעסט דורך די "אייס" אימיגראציע אויטאריטעטן. דער 49 יעריגער דזשאני נאוויעלאו איז געשטארבן פאריגן מאנטאג אונטער ארעסט אין מיאמי אינמיטן פּראצעדורן אים צו דעפּארטירן, נאך וואס ער איז שוין אין אמעריקע פאר די לעצטע כמעט 40 יאר. קאנאדע זאגט אז אמעריקע מוז געבן אן ערקלערונג איבער נאוויעלאו'ס טויט און די אומשטענדן ארום.
 

איראנער אידן זיך פארזאמלט צו צייגן געטריישאפט פארן רעזשים -
עטליכע ארטיגע אידן ארעסטירט

 
איראן - די אידישע געמיינדע אין טעהראן האט אפגעהאלטן א פארזאמלונג וואו זיי האבן ווידער ארויסגעוויזן זייער געטריישאפט פאר די איסלאמישע רעפובליק, ביים צערעמאניע האבן זיך באטייליגט די רבנים פון לאנד הרב גארמי און הרב לאלהאזאר און דער אידישער פארשטייער צום פארלאמענט הומיון שמח, אויך האבן זיך אנגעזעהן א צאל אידישע סאלדאטן און אפיצירן מיט מיליטערישע מונדירן צו צייגן אז זיי זענען א טייל פון די באפעלקערונג מיטן באשיצן די לאנד. דער הויפט רב הרב גארמי האט געגעבן א לענגערע רעדע איבער די היסטאריע פון אידן אין איראן וואס גייט נאך צוריק צו די צייטן פון די נביאים דניאל און חבקוק און געווינטשען די פירערשאפט פון לאנד צו ווייטער קענען באזיגן אלע זייערע פיינט אזויווי ביים יעצטיגן קריג, אויך האט דער פארשטייער אין פארלאמענט אויפגעטרויטן און שארף אראפגעריסן אמעריקע און מדינת ישראל, ער האט דערביי אנגעגעבן אז א צאל אידישע הייזער זענען שווערע געשעדיגט געווארן פון די מדינת ישראל באמבארדירונגען און געזאגט אז די אידישע געמיינדע וועט ווייטער שטיין האנט ביי האנט מיט זייער מוסולמענער ברודער צו באשיצן די לאנד. 

די פארזאמלונג איז פארגעקומען אין א צייט וואס באריכטן פון איראן געבן אהן אז די רעוואלוציאנערע געווארדיע האט זיך פארלייגט אויף די ארטיגע אידישע באפעלקערונג און ארעסטירט א צאל אידן פאר מעגליכע פארבינדונגען מיט מדינת ישראל דערנאך וואס זיי האבן גערעדט מיט זייערע נאנטע און באקאנטע אין מדינת ישראל דורכאויס די צוועלף טעג פון די קריג. א אידישע פרוי פון איראן וואס האט מוצאי שבת געגעבן אן אינטערוויו פאר די מדינת ישראל פרעסע האט דערציילט אז זי האט מיט איר אייגענע אויגן צוגעזען די ארעסטן פון צען אידן וואס זענען געווארן אוועקגעפירט אויף אויספארשונגען, פון די צען זענען זעקס געווען פרויען און שוין באפרייט געווארן אבער פיר מענער געפונען זיך נאך אלס אין טורמע. אנדערע באריכטן פון מענטשן רעכט גרופעס איבערן לאנד געבן אהן אז אזויפיל ווי 35  אידישע געמיינדע מיטגלידער זענען ארעסטירט געווארן אין די לעצטע טעג. 

אידן איבער די וועלט זענען מתפלל פאר אלע יושבי חושך וצלמוות זאלן אינגיכן באפרייט ווערן מאפילה לאורה.
 

ארגענטינע צו קלאגן צען איראנער און לעבאנעזער בירגער פאר זייער טייל אין די טעראר אטאקע ביי די אידישע אמיע צענטער אין באונעס איירעס
 
ארגעטינע - א ריכטער אין באונעס איירעס האט געאורטיילט אז די געריכט קען פאראויסגיין מיטן אנקלאגן צען איראנער און לעבאנעזער בירגער מיט פארבינדונגען מיט די כיזבאללא טעראר גרופע וואס איז געשטאנען אונטער די שרעקליכע טעראר אטאקע ביי די אידישע אמיע צענטער אין באונעס איירעס פאר איבער דרייסיג יאר צוריק, זיי וועלן ווערן אנגעקלאגט און געאורטיילט אהן זייער פערזענליכע ערשיינונג אין געריכט וואס וועט זיי דערפאר ארויפשטעלן אויף די אינטערפאל ליסטע אויב זיי טרעטן אריין אין מערב וועלט לענדער. 

די אטאקע איז פארגעקומען אין יולי אום יאר 1994 ווען צוויי קארס אנגעפילט מיט אויפרייס מאטריאל האבן אויפגעריסן ביי די צענטער וואס האט איבערגעלאזט 85 טויטע הי"ד און נאך איבער 300 פארוואונדעט, א טעראר אטאקע וואס איז באצייכנט געווארן אלס די טויטליכסטע אין די לאנד'ס היסטאריע, די לעצטע דרייסיג יאר זענען פארגעקומען פילע סקאנדאלן אנבלאנגט די אטאקע צוליב וואס ארגענטינער באאמטע האבן פראבירט צו פארווישן די באווייזן און אויספארשונגען. אצינד האט ריכטער דעניעל ראפעקעס ארויסגעגעבן אן אורטייל אז די געריכט קען ווייטער פאראויס גיין מיטן פראצעס פון קלאגן די וואס האבן אויסגעפלאנט די טעראר אטאקע, עס נעמט אריין דער געוועזענער איראנער שפיאנאזש מיניסטאר עלי פאלאהיאן, געוועזענער אויסערן מיניסטאר עלי אקבאר וועלאיאטי, געוועזענער קאמאנדיר פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע מאהשען ריזאאי, און נאך א צאל איראנער באאמטע און לעבאנעזער כיזבאללא טעראריסטן.
 

מעטעאר אראפּגעקראכט אויפן דאך
 

דזשארדזשיע – א פייערבאל וועלכע האט זיך דורכגעריסן מיט א שטארקע שיין אין די הימלען העכער דזשארדזשיע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א גרויסע מעטעאר שטיין פון ספּעיס, און שטיקער דערפון האט אראפּגעקראכט אויפן דאך פון א הויז. דער מעטעאר איז געזען געווארן דאנערשטאג נאכט אין די הימלען העכער דזשארדזשיע און אויך העכער טענעסי, נארט קאראליינע און סאוט קאראליינע. דער שטיק דערפון האט זיך דורכגעריסן דעם דאך אריין אינעם הויז, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
האט איר אלטע/נייע ספרים אין א גיטע  צושטאנד, וואס איר זיכט אוועק צו געבן
                                                        מיר קומען עס אופנעמען אין די זעלבע טאג!
                                                       ריפט שוין 0735/1997/067 און לאזט א קלארע 
                                               מעסעדש/טעקסט,און מיר וועלן צירוקרופן ווי אומשנעלסטן.

For sale: 1 mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב חקת 300625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages