טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג כ"ד סיון תשפ"ו

17 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 9, 2026, 3:45:59 AMJun 9
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

זעלענסקי אין לאנדאן פאר געשפרעכן

קיעוו – דער אוקראינישער פּרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט זיך געטראפן אין לאנדאן נעכטן מיט עטליכע הויכראנגיקע אייראפּעאישע פירער צו רעדן וועגן שטיצע פאר אוקראינע און פּרואוון צו ברענגען די מלחמה מיט רוסלאנד צו אן ענדע. זעלענסקי האט גערעדט מיט'ן בריטישן פּרעמיער מיניסטער קיער סטארמער, מיט'ן פראנצויזישן פּרעזידענט עמאניועל מאקרון און מיט דייטשלאנד'ס קאנצלער פרידריך מערץ, און זעלענסקי זאגט אז אייראפּע מוז שפּילן א צענטראלע ראלע אין די פארהאנדלונגען.
 


86 יעריגער בריטישער וועטעראן האט בר מצוה

לאנדאן – בערל דעיווי, אן 86 יעריגער בריטישער ארמיי וועטעראן, האט געפּראוועט זיין בר-מצוה אינעם "רויעל שפּיטאל טשעלסי" נעבן לאנדאן, נאכ'ן ווערן צוריק פארבינדן מיט זיין אידישע אפּשטאם אין די לעצטערע יארן. ער איז געבוירן א איד, אבער זיין מוטער האט באהאלטן איר אידישע אידענטיטעט נאכ'ן וועלט קריג און אים נישט ערצויגן ווי א איד. בערל'ס וועג צוריק צו אידישקייט האט זיך אנגעהויבן 20 יאר צוריק ווען זיין זוהן, וועלכער האט נישט געוואוסט ער איז א איד, האט געוואלט חתונה האבן מיט א אידישע פרוי.
 


איראן-מדינת ישראל מלחמה צוריק אויפגעפלאקערט פאר עטליכע שעות

מיטל מזרח – די מלחמה צווישן איראן און מדינת ישראל האט נעכטן פריש אויפגעפלאקערט מיט קעגנזייטיגע באמבארדירונגען צווישן די צוויי לענדער, אבער דערווייל זעט אויס ווי אמעריקע אונטער פרעזידענט טראמפ זוכט זיך נישט אנצושליסן דערין.

די דראמאטישע 12 שטונדן האבן זיך אנגעהויבן מיט א מאסיווע מדינת ישראל באמבארדירונג אויף ביירוט און אנדערע לבנון שטעט, צילנדיג כיזבאללא טעראריסטן און איינריכטונגען. איראן האט באלד פארשפראכן אז זיי וועלן רעאגירן צו דער לבנון אטאקע.

עטליכע שעה דערויף האבן די איראנער ארויסגעשאסן א סעריע באליסטישע מיסילס אויף צפון ארץ ישראל, אבער די מיסילס האבן אדער אראפגעקראכט אדער געווארן אראפגעשאסן, מיט קיין שום ערנסטע שאדנס און קיין שום געשעדיגטע מענטשן.

פרעזידענט טראמפ האט דאן געזאגט אז ער ווארנט מדינת ישראל נישט צו רעאגירן. ער האט אויך טעלעפאנירט פרעמיער מיניסטער נתניהו אים צו פרעשורן נישט צו אטאקירן איראן. טראמפ האט געזאגט אז אפגעזען וואס, גייט ער פאראויס מיט די געשפרעכן.

מדינת ישראל האט איגנארירט טראמפ'ס שארפע ווערטער און האט עטליכע שעה דערויף אונטערגענומען א סעריע מאסיווע באמבארדירונג אטאקעס אויף צענטראל און מערב איראן, זאגנדיג אז זיי האבן געצילט איינריכטונגען פון די איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע.

לענדער לענגאויס דעם מיטל מזרח ראיאן האבן גענומען ערנסטע מאסנאמען אין ליכט פון די באנייטע מלחמה, אבער פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט אז ביבי נתניהו וועט נישט האבן קיין אויסוואל נאר צו אקצעפטירן א דיעל מיט איראן, זאגנדיג אז ער איז אין קאנטראל, נישט ביבי.


גלאבאלע ביזנעסער אנטלויפן פון קובא

האוואנא – אויסלענדישע קאמפּאניס אנטלויפן פון קובא און ציען ארויס זייערע ביזנעסער פון דארט, אינמיטן וואס די ארטיגע עקאנאמישע קריזיס ווערט פארערגערט און די אמעריקאנער סאנקציעס לייגט פרישע דרוק אויף די קאמוניסטישע רעגירונג. צווישן אנדערן האט מען געהערט אז "מעסטערקארד" און "וויזא" וועלן סוספּענדירן אויסלענדישע קארד טראנזאקציעס, און א גרויסע קאנאדישע מינע גראבן קאמפּאני האט אויך אפּגעשטעלט איר האנדל דארט.
 

אינעם דער זומער שפאציר וועט בעז"ה ערשיינען א א מניינים ליסט פאר די ימי האלידעיס אין די פארשידענע וואקאציע ערטער.

זוכט איר א מנין אויף אייער וואקאציע ארט?
ווייסט איר שוין איבער א מניין וואס גייט זיך שטעלן?

טוט א חסד און זייט מזכה די רבים!
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק.

ביטע שיקט ווייטער דעם לינק פאר אייערע חברים און באקאנטע, כדי יעדער זאל קענען הנאה האבן און דאווענען בציבור.
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק

אמעריקע וויל אפקויפן טשאגאס אינזלען

ענגלאנד – די אמעריקאנער רעגירונג באטראכט א פּלאן אפּצוקויפן די טשאגאס אינזלען גרופּע פון די רעגירונג פונעם קליינעם לענדל מאריטיוס. דער פארשלאג וועט געבן פאר די פאראייניגטע שטאטן דירעקטע פולקאמע קאנטראל אויף "דיאגא גארסיע", א סטראטעגישע וויכטיגע מיליטערישע באזע וואס זי טוט מיטטיילן מיט ענגלאנד. עס קומט נאך דראמא איבער דעם וואס ענגלאנד האט נישט געוואלט ערלויבן "דיאגא גארסיע" גענוצט צו ווערן פאר אנטי-איראן אפּעראציעס.
 


אמעריקאנער עף-בי-איי פארשט
מערילאנד שוהל וואנדאליזם

מערילענד – די עף-בי-איי האט אנגעבאטן א פיר טויזנט דאלער באלוין פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די אידענטיפיצירונג, ארעסט אדער אנקלאגע פון די וואס זענען שולדיג אויף וואנדאליזירן דעם "שערי תפילה" שוהל אין אלנעי, מערילענד. אויספארשער זאגן אז מיט 4 מאנאטן צוריק האבן א גרופּע פּארשוינען געשפּריצט אנטיסעמיטישע גראפיטי אויפן הויפּט שילד פונעם שוהל. סורוועילענס קאמערעס זענען איבערגעקוקט געווארן, אבער ביז יעצט האט מען נאכנישט אידענטיפיצירט די פּארשוינען.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

אויסטראליע: 100,000 טייערע אינזעקטן קאנפיסקירט
 
מעלבוירן – אויסטראליער אויטאריטעטן האבן קאנפיסקירט מער ווי הונדערט טויזנט אומלעגאלע עקזאטישע קאקרוטש שרצים פון עמיצער וואס האט דאס געהאדעוועט. די אינזעקטן ווערן געשאצט צו זיין ווערד 142,000 דאלער, און באאמטע זאגן אז די ספעציפישע סארט אינזעקטן וואס יענער האט געהאדעוועט זענען אומלעגאל צוליב וואס זיי קענען פארשפרייטן קרענק און שעדיגן באשעפענישן וועלכע דרייען זיך אין אויסטראליע. מען גלייבט אז פילע פון די אינזעקטן ווערן געהאדעוועט צו פיטערן פאר שלענג.
 
מענדי וויס - להודות
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

צו פארקויפן 4 Ikea ספרים שאפער'ס אין זייער א גוטע צושטאנד £50 each ביטע רופט:07848036059


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

טייערע עמעזאן פארקויפער! אויב איר ווילט באקומען פראדוקטן פון אמעריקע פאר גוטע און ביליגע פרייזן, ביטע פילט זיך פריי צו קאנטאקטירן אונז ביי 917-618-3729 אדער שיקט אונז אן אימעיל צו 4709...@gmail.com

for sale: Lexus GS 300H F Sport (2014). Just MOT and service. £8k ONO. Call 07576 346039.

For Sale: Toyota Prius T-Spirit, excellent condition inside and out, under 100k miles, leather seats, reverse camera, and cruise control – £4,500. Call: 07341-185261.

                                   TO LET                                  
Short Let Available
Brand-new 3-bedroom flat in the heart of Stamford Hill.
Includes:
3 bedrooms
2 WCs
Large dining room
Porch
Available for 3 to 9 months.
For more details or to register interest, please email: wbt...@gmail.com or text 07368-671-700.

Basement flat to rent on Darenth Rd. Freshly renovated. Single use.
off...@highclassmanagement.co.uk
07424 201496

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
 
הערליכע Holiday cottages אין די בערג פון Northumberland בית המדרש, מקוה, שווימען כשרע ים
play grounds, (sleeps 4/5)
שוקט א אימייל צו manorcountry...@gmail.com אדער צו 07772065053

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Office to Let on Firsby Road Nice size office available immediately. All bills included! 07877183992

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
A  Heimishe Talmud Torah is seeking English Teachers. Competitive salary offered.
office...@gmail.com
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

געטראפען געלט אין הייפ. ביטע רופט: 8984 8802 020

                             TO GIVE AWAY                             

To give away - Child safety/stair gate, can expand to fit wide doorframe. 10m electric extension cable. 4 parev cupcake baking trays. Call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג שלח 090626 2.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages