טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך כ"ב סיון תשפ"ה

30 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 17, 2025, 6:30:56 PM6/17/25
to לוח היום אימעיל

איראן סיגנאליזירט ווילן אפּצושטעלן מלחמה און
באנייען געשפּרעכן

 
טעהראן – דער איראנער רעזשים האט אין די לעצטע טאג-צוויי געשיקט קריטישע מעסעדזשעס און סיגנאלן פאר אראבישע לענדער און אנדערע, אז זיי ווילן ברענגען אן ענדע צו די מלחמה מיט מדינת ישראל און ווילן באנייען די געשפּרעכן מיט אמעריקע איבער אירע נוקלעארע אקטיוויטעטן.

די פּרואוון פון איראן צו ברענגען א פייער אפּשטעל אין דער מלחמה קומט אינמיטן וואס מדינת ישראל טוט פארזעצן מיט זייערע באמבארדירונגען אויף די רעזשים'ס געביידעס, איינריכטונגען, מיליטערישע באזעס און אנדערע אינפראסטרוקטור אין טעהראן און אנדערע שטעט איבער'ן לאנד.

מדינת ישראל האט דערווייל אויסגעשלאסן די מעגליכקייט פאר א פייער אפּשטעל, און קלארגעשטעלט אז זיי וועלן פארזעצן מיט די באמבארדירונגען ווילאנג זיי דערגרייכן זייערע אביעקטיוון, נעמליך צו פארניכטן איראן'ס נוקלעארע פּראגראם און אונטערהאקן דעם געפארפולן איסלאמישן רעזשים.

די פּרואוון פון איראן צו עפענען דיאלאג און ברענגען אן ענדע צו דער מלחמה, קומט נאך וואס דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט נאכאנאנד געזאגט אין די לעצטערע טעג אז דער רעזשים האט נאך פארבליבן א קליינע שאנס דערפאר, צו קומען צום טיש און מאכן א דיעל.

נעכטן פארנאכטס זענען געווען קעגנזייטיגע באריכטן איבער דער מעגליכקייט אז אמעריקע וועט זיך אנשליסן אין דער קריג (ליינט באזונדער), אבער עס איז קלארער געווארן שפעטער אז פרעזידענט טראמפ זוכט עמורדזשענסי געשפרעכן דירעקט מיט איראנער רעזשים באאמטע.
 

אמעריקע קלערט
אנצושליסן אין מלחמה

 
וואשינגטאן – געוויסע באריכטן האבן נעכטן געלויטעט אז די טראמפּ אדמיניסטראציע קלערט ערנסט זיך אנצושליסן אין דער מלחמה פון מדינת ישראל קעגן איראן. לויט די באריכטן זענען די פּלענער גרייט, נאר מען ווארט אויף דעם ענדגילטיגן אקעי פון פּרעזידענט טראמפּ. דאקעגן האט אן אנדערע באריכט אין "עקסיאס" געצייגט אז די טראמפּ אדמיניסטראציע האט קלארגעשטעלט פאר אירע אראבישע אליאירטע אז אמעריקע וועט זיך נישט אנשליסן אין דער מלחמה, נאר אויב איראן וועט צילן און אטאקירן דירעקט אמעריקאנער בירגער.
 

אלע נאטאנז צענטריפיודזשעס געשעדיגט
 
מיטל-מזרח – די יו-ען אטאמישע ענערגיע אגענטור האט געזאגט אז זייער שאצונג איז אז אלע פופצן טויזנט צענטריפיודזשעס וועלכע אפּערירן צו בארייכערן אוראניום אין איראן'ס גרעסטע נוקלעארע פאבריק אין נאטאנז, זענען געשעדיגט אדער טאטאל פארניכטעט געווארן צוליב א קורצשלוס וואס האט פּאסירט אלס רעזולטאט פון א מדינת ישראל באמבארדירונג ענדע פארגאנגענע וואך. דערווייל אבער איז דער פאבריק אין נאטאנז זעלבסט נישט געשעדיגט.
 

אל על צו אנהייבן דאנערשטאג מיט רייזעס צו אהיימברענגען געשטראנדעטע מדינת ישראל בירגער - 60 טויזנט זיך שוין איינגעשריבן
 
תל אביב - די אל על לופטליניע אינאיינעם מיט די מדינת ישראל טראנספארטאציע דעפארטמענט האבן געמאלדן א מאסיווע עוועקואציע פלאן צו אהיימברענגען צענדליגע טויזנטער מדינת ישראל בירגער וואס זענען געבליבן געשטראנדעט אין אלע עקן וועלט צוליב די אויסברוך פון די קריג, לויט די פלאן וועט זיך די עוועקואציע פראיעקט אנהייבן אין די קומענדיגע 72 שעה מיטן ציל צו אהיימברענגען ווי מער געשטראנדעטע. די לופטליניע האט געמאלדן אז אלע פלי רייזעס ביז קומענדיגע וואך מאנטאג זענען אפגערופן מיטן ציל צו אנהייבן עוועקואירן געשטראנדעטע, צום ערשט וועלן פליגער ארויספארן פון די שטעט וואו עס זענען דא די מערסטע געשטראנדעטע ווי ניו יארק, באנגקאק, טיילאנד, לארנאקא, קפריסין, אטען, גריכנלאנד, און פון איטאליע. די פליגער וועלן פארן בלויז אין די בייטאג שטונדן און עס וועלן מעגן לאנדן בלויז צוויי פליגערס יעדן שעה צו פארמיידן א געפאר פון ווערן אראפגעשאסן, דערווייל זאגט די לופטליניע אז איבער זעכציג טויזנט האבן זיך שוין איינגעשריבן צו זיך אהיימקערן מיט די דאזיגע עוועקואציע פליגערס.
 

צאל הרוגים פון מלחמה וואקסט ל"ע
 
תל אביב – ליידער וואקסט די צאל אומגעקומענע פון דער מלחמה צווישן מדינת ישראל און איראן, און לויט דער ציילונג פון נעכטן נאכמיטאג אויפ'ן אמעריקאנער זייגער האלט עס ביי 24 הרוגים, אריינגערעכנט א צאל אידן, איינער אין בני ברק, 4 אין בת ים און נאך. באזונדער זענען דא דערווייל 592 פארוואונדעטע פון די איראנער באליסטישע מיסילס, אריינגערעכנט 10 אויף א שווערן פארנעם, 36 אויף א מעסיגן פארנעם און די איבריגע זענען לייכט פארוואונדעט.
 

דייטשלאנד זיכערהייט מאסנאמען פאר אידן
 
בערלין – דייטשלאנד האט געזאגט נעכטן אז זיי פארשטארקערן די זיכערהייט מאסנאמען ביי אלע אידישע פּלעצער איבער'ן לאנד, זיי צו באשיצן פון מעגליכע נקמה אטאקעס דורך איראן, ה"י. קאנצלער פרידריך מערז האט געזאגט "מיר גרייטן זיך אויך צו אין דייטשלאנד אין פאל איראן וועט צילן אידישע אינסטיטוציעס". דאס קומט נאכדעם וואס פראנקרייך האט געמאלדן שוין פארגאנגענע וואך ענליכע מאסנאמען פאר איר אידישער באפעלקערונג.
 

מאדנע אלערגיע: מינט

ווירדזשיניע – אן ארכעאלאג אין ווירדזשיניע איז ארויסגעקומען זאגן אז זי ליידט פון א גאר מאדנע און זעלטענע אלערגיע, אז זי קריגט אן אלערגישע רעאקציע פון די נאטורליכע "מינט" בלעטל. זי דערציילט אז זי קען שמעקן ציין-פוץ גערוך פון דריי פיס אוועק, און דאס געבט איר אזא שרעקליך-שטארקע רעאקציע אז זי וואונטשט זיך צו זיין ליבערשט אלערגיש צו ניס-פּוטער א.ד.ג. דאקטוירים זאגן אז מער ווי צען מענטשן אין אמעריקע זענען שפּיטאליזירט געווארן פאראיאר מיט רעאקציעס פון מינט אלערגיעס.
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £10 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
For Sale: Toyota Previa, 7 seats, 132k miles, excellent condition inside and out. £3,000 ONO. Call 07981 749 433
MadeSafer Hotplates, Hot Water Urns, Slow Cookers, Shabbos Lamps on sale in local shops. Call 02088029243 or 07989628478

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Are you Seeking HOUSES locally or further afield, as home owner, as investments or for dealing with etc. Spring onto our receiving list free of charge: regist...@property-detects.co.uk
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 געזינט זוכט וואלונטירן"  אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
Unique Opportunity for Boys Ages 9–13 🌟
For boys with ADHD/ADD who find it hard to thrive in a cheder setting.

Now forming a small, guided group (up to 3 boys) in a Heimishe atmosphere, led by a qualified, experienced therapist.
✔️ Fun, structured activities
✔️ Build skills through guided play
✔️ Strengthen confidence and social connection
✔️ Support your son’s growth into an ehrlicher Yid—with warmth, joy, and care
📞 For more info, call or text: 07708-904227
References available upon request

                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             

Cupboards to give away
White small cupboards suitable for books or storage. 60 width x 60cm height x 30cm depth with one shelf in each. 10 with doors and 6 without doors. Pick up from Knightland Road. Call 07538 794 886.


Chrome pedestal fan, home telephone with built-in answering machine. Both in very good condition. Please call 020 8806 7417 or 07890 364 939.

שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד שלח 180625_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages