טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג י"ב ניסן תשפ"ו

14 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 30, 2026, 1:16:35 AM (7 days ago) Mar 30
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

טורמע פאר בריטישע שוהל אטאקע פלאן

לאנדאן – א זעכצן יעריגער יונג איז פאראורטיילט געווארן צו דריי אהאלב יאר טורמע און עס איז געווארן אויפגעדעקט אז עקסטרעמיסטן וואס האבן גערעדט די רוסישע שפראך האבן געארבעט אויף אים אנליין אז ער זאל ווערן באאיינפלוסט דורכצופירן אן אטאקע אויף א רעפארם טעמפל אין ניוקעסל, ענגלאנד. ער איז ארעסטירט געווארן מיט א יאר צוריק און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז געווען פארמישט אין 25 עקסטרעמיסטישע אנליין גרופעס, און ער האט שוין געהאט וואפנס ביי זיך.
 

דריקט דא פארן לינק צו קויפן דעם ראפעל

איראן אינוואזיע? טויזנטער אמעריקאנער מארינען אנגעקומען צום מיטל מזרח ראיאן

מיטל מזרח – נעכטן זענען אנגעקומען ארום דריי אהאלב טויזנט אמעריקאנער מארינען צום מיטל מזרח ראיאן, אינמיטן וואקסנדע שפעקולאציעס אז די אמעריקאנער מיליטער וועט אונטערנעמען אן ערד אינוואזיע אויף איראנער טעריטאריע.

די מארינען באלאנגען צו איין "מארין עקספעדישאנערי יוניט", וועלכע זענען ספעציעל טרענירט אין פארכאפן טעריטאריע, דורכפירן געוואגטע איבערפאלן און אפשטעלן און קאנפיסקירן פיינטליכע שיפן – זאכן וואס אמעריקע באטראכט יעצט.

דערווייל האט דאס ווייסע הויז נאכנישט געפאסט א באשלוס וועגן ערד אפעראציעס אויף איראנער טעריטאריע, אינמיטן דרוק פונעם פרעזידענט צו ברענגען די מלחמה צו א שנעלע ענדע, און אויב יא ערד אפעראציעס וועט עס נישט זיין א פולע אינוואזיע.
 


כוטי טעראריסטן אנגעשלאסן אין מלחמה

צאנא – די כוטי טעראריסטן אין תימן האבן נעכטן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר א מיסיל וואס איז ארויסגעשאסן געווארן אויף דרום ארץ ישראל, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די איראנער-געשטיצטע מיליצע האבן אטאקירט אין די יעצטיגע מלחמה. די מדינת ישראל מיליטער האט געזאגט אז זיי האבן אידענטיפיצירט דעם מיסיל ארויסגעשאסן פון תימן און האבן עס אראפגעשאסן באצייטנס. ביז יעצט האבן די כוטיס זיך צוריקגעהאלטן פון זיך אנשליסן אין די מלחמה.
 


איראן בלאקירט 2 כינעזער האנדלס שיפן

בעיזשינג – צוויי קאנטעינאר שיפן וואס ווערן אפערירט דורך די כינעזער "קאסקא שיפינג" קאמפאני זענען געצווינגען געווארן זיך צוריקצודרייען נעבן איראנער בארטענעס, נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט אריבערצופארן דעם הארמוז וואסער וועג. די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע האט אפיציעל געזאגט אז אלע שיפן קענען אריבערפארן אויסער אמעריקאנער און איזראעלישע, און עס איז א מיסטעריע פארוואס די כינעזער שיפן זענען נישט אריבערגעלאזט געווארן.
 


איראנער העקערס צילן עף-בי-איי דירעקטאר

טעהראן – די באקאנטע איראנער פארבינדעטע העקעריי אקטיוויסטישע גרופע "האנדאלא" האט געמאלדן אז עס איז זיי געלונגען צו דערגיין פערזענליכע דאטא פונעם אמעריקאנער עף-בי-איי דירעקטאר קאש פאטעל, רויבנדיג אימעילס און סענסיטיווע פיילס. האנדאלא האט פובליצירט א סעריע פון קאפיעס און פאטאסטאטן פון פאטעל'ס אימעילס, אין אן אינצידענט וואס קען באטראכט ווערן אלס איינס פון די ערגסטע העקערייען אין די לעצטערע יארן. די עף-בי-איי זאגט אז זיי פארשן עס.
 


ארגענטינע פוטש יארטאג דערמאנט אידן

בוענאס איירעס – אין די יעצטיגע טעג ווערן אפגעצייכנט פופציג יאר זינט די מיליטערישע פוטש אין ארגענטינע אין יאר 976', און צווישן אנדערן ווערט ארויסגעהויבן וויאזוי אידן זענען דירעקט געצילט געווארן אין לויף פון די "שמוציגע מלחמה" וואס האט געבוזשעוועט ארום דעם פוטש. צווישן אנדערן ווערט ארויסגעברענגט אז פון די דרייסיג טויזנט ארגענטינער בירגער וועלכע זענען מיסטעריעז "פארשוואונדן" געווארן אין לויף פון יענע עפאכע, זענען אזויפיל ווי 1,900 געווען אידן.
 

Donate Here
Donate here
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א קינד פאר גאווערנאר?!
 
ווערמאנט – א פערצן יעריג קינד איז געווארן דער ערשטער צענערלינג צו ווערן קוואליפיצירט צו לויפן פאר גאווערנאר אין ווערמאנט. דער קינד, דיען ראי, האט פארמירט זיין אייגענע פארטיי און געמאלדן אז ער לויפט פאר גאווערנאר, וואס איז ערמעגליכט געווארן אדאנק דאס וואס ווערמאנט האט נישט קיין שום געזעץ וואס פאדערט א מינימום יארגאנג עלטער צו קענען לויפן פאר'ן העכסטן סטעיט אמט. ראי ערווארט נישט צו געווינען, אבער ער וויל אינספירירן מער יונגע מענטשן צו ווערן פארמישט אין פאליטיק.
 
הכנה לפסח - יואלי דוידוביץ, שוכי גולדשטיין, דודי אייזנשטיין, אושי פרוש, חיים אלטר, מקהלת קאפלה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek 1 - Download here
Midweek 2 - Download here
The weekly view 1 - Download here
The weekly view 2 - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
Linkit 3 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

דירות צו פארדינגען  פאר פסח אויף Filey Ave, און אויך פאר א גאנצן יאר.רופט : 07977428767, 07352531718

To let for pesach 1 bedroom flat pesach cleaned heathland area call/text 07387102952
א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב ששפ 300326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages