טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך י"א טבת תשפ"ו‎

16 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Dec 31, 2025, 3:39:59 AM (13 days ago) 12/31/25
to לוח היום אימעיל

רוסישער פירער פּוטין באשולדיגט אוקראינע אין אטאקירן אפיציעלע רעזידענץ
 
מאסקווע – דער רוסישער פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין האט געזאגט פאר'ן אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ אז אוקראינע האט דורכגעפירט א מאסיווע דראון אטאקע אויף איינס פון זיינע אפיציעלע רעזידענצן.

לויט ווי פּוטין האט געזאגט, האבן די אוקראינער גענוצט צענדליגער דראונס צו צילן פּוטין'ס וואוינארט אין דער נאוואגארד ראיאן, אבער די אטאקע איז אפּגעשלאגן געווארן דורך די רוסישע לופט פארטיידיקונגס סיסטעמען.

די באשולדיגונג פון פּוטין שטעלט אין געפאר די פּרואוון צו ברענגען א שלום אפּמאך צווישן אוקראינע און רוסלאנד. אבער דער אוקראינישער פּרעזידענט זעלענסקי האט עס געלייקנט און געזאגט אז פּוטין וויל טאקע דאס.
 

נייע אמעריקאנער אטאקע אויף ווענעזועלע

קאראקאס – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע האט באמבארדירט א ווענעזועלער בארטן איינריכטונג וואס איז גענוצט געווארן ארויפצושטעלן דראגס אויף שיפלעך, זאגנדיג אז די אטאקע האט געברענגט א "מאסיווע אויפרייס", אבער ער האט נישט ארויסגעשטעלט מער דעטאלן דערוועגן. ווייסע הויז קוועלער האבן רעאגירט מיט צעמישעניש, זאגנדיג אז זיי זענען נישט קלאר פון וועלכע לופט באמבארדירונג טראמפּ רעדט.
 


טראמפּ וויליג פריש צו באמבארדירן איראן

פלארידע – ביים זיך טרעפן מיט'ן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו פאר געשפּרעכן נעכטן, האט פּרעזידענט טראמפּ געזאגט אז ער וואלט געווען וויליג צו שטיצן מדינת ישראל מיליטערישע שריט אפּצושטעלן איראן פון צוריקבויען איר מיסיל ארסענאל, און ער האט געווארנט אז אמעריקע וועט זיין גרייט צו נעמען "שנעלע" שריט דערוועגן. די געשפּרעכן מיט נתניהו האבן אבער נישט געברענגט קיין קלארקייט איבער דער קומענדיגער פאזע פונעם עזה פייער אפּשטעל.
 


איראנער פּראטעסטן ווערן מער פארשפּרייט

טעהראן – פּראטעסטן האבן זיך אויסגעשפּרייט אין די לעצטע טאג-צוויי לענגאויס איראן, אריינגערעכנט אין דער הויפּטשטאט טעהראן און אויף דעם קעשאם אינזל ראיאן, אין א צייט וואס פּובליק אויפברויז איבער דער צעפאלענער וואלוטע און פארטיפערטע עקאנאמישע קריזיס פארשטארקערט דרוק אויף דעם שוין-אזוי-אויך אפּגעשוואכטן איסלאמישן רעזשים. דער פּובליק פאדערט רעפארם, בשעת אויף די גאסן מאנגלט וואסער, עלעקטער און אנדערע פּשוט'ע טעגליכע געברויכן.
 


טראגיש: 2 אידישע פּילאטן אומגעקומען

ניו דזשערסי – נעכטן איז באשטעטיגט געווארן די טראגישע נייעס אז די פּילאטן פון די צוויי העליקאפּטער אינעם טויטליכן צוזאמשטויס אין די הימלען העכער ניו דזשערסי זענען געווען אידן. מייקל גרינבערג ע"ה, אן 71 יעריגער איד פון סעוועל, איז דערקלערט געווארן נישט בין החיים אויף דער סצענע פונעם צוזאמשטויס, און קענעט קירש ע"ה, א 65 יעריגער איד פון קארני'ס פּוינט, איז אומגעקומען מאנטאג פון זיינע שווערע וואונדן. בשורות טובות.
 


אויסטראליע שוהל קריגט גרויסע געשאנק
 
סידני – אינמיטן דעם כאאס און שרעק אונטער וועלכע די אידישע איינוואוינער אין סידני, אויסטראליע געפונען זיך זינט דער שרעקליכער שיסעריי אטאקע אין בּאנדיי ביעטש, מיט 15 אומגעקומענע, האט פּאסירט א וואונדערליכער עפּיזאד ביי א שוהל אין אויסטראליע, וואו א נישט-איד האט זיך באוויזן ביים רב'ס טיר און געברענגט בלומען און אויסגעדרוקט זיין טרויער. נאך א שמועס, האט יענער געשריבן אויפ'ן פּלאץ אן אומערווארטעטן טשעק פון 100,000 דאלער פאר'ן שוהל.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

פּאליציי דראונס טיילן טיקעטס
 
קאליפארניע – אייער קומענדיגע טראפיק טיקעט קען זיין איר וועט באקומען דורך א פּאליצייאישע דראון. אינעם "וואל סטריט זשורנאל" ווערט באריכטעט אז פּאליציי דעפּארטמענטס איבער'ן לאנד נוצן מער און מער דראונס צו פּאטראלירן גאסן און אינפארסירן געזעצן, רעאגירן צו 911 קאלס און אפילו ארויסצוגעבן טיקעטס, וואס געבט אפיצירן פרייהייט זיך אפּצוגעבן מיט אנדערע אויפגאבן. סאני איילס, פלארידע איז איינס פון די שטעט וואו פּאליציי דראונס טוען שוין טיקעט פארטיילונג.
 
שרולי בעלז, מקהלת מנגן – אין עוד מלבדו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
אנטווערפען. מיט רגשי קודש גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה און די פילע מעריצים פון דעם אלעמען באקאנטען צדיק אוהבן ולבן של ישראל כ"ק רבי משה אהרן רייך זצ"ל דער באליבטער חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, צו די ערשטע יומא דהילולא וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטג פרשת שמות י"ט טבת הבעל"ט, עס לאזט זיך שווער גלייבען אז עס איז שוין אריבער געלאפן א יאר פון ווען ס'איז אויסגעלאשן געווארן דאס לעכטעלע וואס האט פארשיינט די וועלט מיט זיינע פילע מעשי צדקה וחסד, דער גרויסער בעל מכניס אורחים, וואס האט מחי' און מהנה געווען טויזענטער געסט בכל עת ועידן, דער אוזן קשבת פאר נשברי לב, וועלכער האט אריינגעבלוזען א טל של תחי' און מחזק געווען אזויפיל ציבראכענע אידן, ואת דכאי רוח יושיע. 

בליל ההילולא וועט פארקומען א סעודה רבתי ווי מ'וועט מעלה זיין זכרו הבהיר פון דעם צדיק זצ"ל, בהשתתפות אדמורים ורבנים ותושבי העיר און די פילע געסט וואס זענען ערווארטעט מעבר לים, צימארגענס בזמן עלי' לציון אינעם טאג פונעם יארצייט וועט אויך פארקומען דער מעמד הקמת מצבה על מקום מנוחת כבודו סמוך ונראה צום אוהל הק' פון די צדיקי בית פשעווארסק, ווי מ'וועט זאגן די פרקי תהילים ומשניות כנהוג, און עס וועלן געהערט ווערן דברי הספד פון גדולי הרבנים ובני המשפחה, ווי דער וועד המסדר גיט איבער, וועט אי"ה זיין ציגעשטעלט טראנספארטאציע פאר די אלע וואס ווילן פארן מתפלל זיין און מיטהאלטן דער געהויבענער מעמד, אזוי אויך ב'משך דעם גאנצן טאג, ויה"ר אז זיין גרויסע זכות זאל מגין און אזוי ווי בחיים חיותו האט ער שטענדיג מתפלל געווען פאר אידישע קינדער, און געזארגט אז עס זאל פאר יעדן זיין גוט, זאל ער מליץ יושר זיין ביים כסא הכבוד מען זאל פועלן אלעס גוטס מיט גאולה שלימה בקרוב בב"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
מועד במועדו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Localnews - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

Exclusive Hatzorfim silver trays, 2 styles, large size with beautiful 3D details. £600 Call 07434569479
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
For Sale: Toyota Estima, 85K miles, excellent condition inside & out, £4500 — call 07368 585 976
For sale: 2009 grey Toyota Prius hybrid, 87,800 miles, excellent, second owner, full service , MOT - June 26
,Tax 1 July 26, new tyres, smooth drive, reversing camera. £6,500. 07877000338.
!שענסטע און גרעסטע מנורה אויסוואל
איבער 250 מנורות אין געשעפט – ביליגסטע פרייזן- קען ווערן באצאלט צוביסלעך
מחותנים exclusive  10%אראפ פון מנורה פרייזן + א מתנה א זילבערנע דריידל


BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!


                                   TO LET                                  


A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com
Beautifully furnished one bedroom flat in upper clapton area available immediately for short term until mid January. Call/text 07369244010
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
serviced office desk 130 clapton £50 pw 07904 796029
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
Self contained office with space for 1-2 desks available Ferndale / High Road 07989996235

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          


עס ווערט געזוכט א גבאי/גבאים ארום צו גיין אין די בתי מדרשים מידי יום ביומו מיט די צדקה זעקליך
פאר זייער גוט באצאלט
פאר מער פרטים םביטע רופט 07891-243-759
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
געזוכט: ביסטו א ירא שמים מיט גוטע הענט און אפאר שעה א טאג און ווילסט שיין
פארדינען? ביטע רוף: 07795389158

                                 LOOKING                                  

געזיכט א שליח פון לאנדאן קיין ניו יארק א פקעל פאר באצולעט 07776412374
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking to exchange a follow up appointment Jan 7 with Dr Aleksander Clyde, for the week of Jan 18 - 22 any  Please call 07779145076
ווערט געזיכט איינצושרייבען א קינד אין א פלעי גראפ להלכה ולא למעשה רופט 07521762388

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               
השבת אבידה, געטראפען א זילבערנעם שמש פון א מנורה, אויף קעיזנאוו פאר 4 יאר.  020-88062493 07769066922
found a tiny cudlez baby hat on an uber thames clipper on sunday 07368553112

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ד ויחי 311225 2.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages