טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג י' תמוז תשפ"ו

35 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 25, 2026, 12:14:39 AMJun 25
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

גאר שווערע היצן פּלאגן ענגלאנד
צווישן עטליכע אייראפּעאישע לענדער

אייראפּע – היצן אלערטס זענען ארויסגעגעבן געווארן לענגאויס רוב אייראפּע, ברענגענדיג שוועריגקייטן פאר שולעס, טראנספּארטאציע און טוריזם. אין פראנקרייך האבן זיך פערציג מענטשן דערטראנקען צום טויט ל"ע אין דער לעצטער וואך צייט, ביים פּרובירן זיך אפּצוקילן אינמיטן א גאר שווערע אייראפּעאישע היץ כוואליע, לויט א מעלדונג פון פּרעמיער מיניסטער סעבעסטשען לעסארנא. פראנקרייך האט רעקארדירט איר הייסטע טאג אויפ'ן רעקארד, מיט טעמפּעראטורן וואס האבן דערגרייכט 44.3 צעלסיוס.
 


אמעריקאנער סענאט שטימט סימבאליש צו פאדערן טראמפּ אפּצושטעלן מלחמה קעגן איראן
 

וואשינגטאן – דער סענאט האט געשטימט צו באשטעטיגן א סימבאלישע רעזאלוציע וואס דירעקטירט פּרעזידענט טראמפּ אפּצושטעלן סיי וועלכע מיליטערישע שריט קעגן איראן, שטימענדיג אז דער פּרעזידענט קען נישט אליין נעמען די סארט שריט אן קאנגרעס אויטאריזאציע.

די אפּשטימונג אינעם סענאט איז געווען א זעלטענע עפנטליכע קעגנערשאפט פונעם סענאט צו טראמפּ, און קומט דריי וואכן נאך וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט די זעלבע רעזאלוציע, וואס איז אריבער מיט 215 שטימען קעגן 208, און פיר רעפּובליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט דערצו.

די סענאט רעזאלוציע איז אריבער מיט 50 שטימען קעגן 48, ווען פיר רעפּובליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן. דאס ווייסע הויז האט אוועקגעמאכט די אפּשטימונג אלס סימבאליש און נישט-בינדנד, לאזנדיג הערן אז אויב וועט מען צוריק אנהייבן די מלחמה, וועט טראמפּ דאס אליין טאן.
 


אומקלארקייט איבער אינספּעקטארס אין איראן

מיטל-מזרח – אמעריקע און איראן האבן נעכטן געלאזט הערן קעגנזייטיגע סטעיטמענטס איבער דער צוקונפט פון נוקלעארע אינספּעקטארס אין איראן. פּרעזידענט טראמפּ האט געזאגט, ווידערהאלנדיג סטעיטמענטס פון וויצע פּרעזידענט ווענס א טאג פריער, אז עס גייען זיין פּערמאנענטע נוקלעארע אינספּעקטארס אין איראן, אבער די איראנער האבן דאס אפּגעווארפן און געזאגט אז דער אישו פון אינספּעקטארס איז נאכנישט געלעזט.
 


פּוטין באשולדיגט אמעריקע אין אנגעצויגנקייטן

מאסקווע – די רוסישע רעגירונג האט באשולדיגט די פאראייניגטע שטאטן אין פארפעלן איינצוהאלטן די "פארשטענדענישן" וואס זענען דערגרייכט געווארן צווישן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין און פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ ביים "אלאסקע סאמיט" פאראיאר. דריי הויכראנגיקע רוסישע באאמטע האבן באזונדער געלאזט הערן אזעלכע קאמפּלעינטס אין די לעצטע פּאר טעג, צייגנדיג וואקסנדע אויפברויז אינעם קרעמלין פארוואס טראמפּ נעמט מער נישט זייער זייט.
 

דריקט דא

יונגערמאן אומגעקומען אין שרעקליכע עקסידענט אין קישינעוו, מאלדאווע
 

מאלדאווע - א ביטערע טראגעדיע האט פאסירט אין מאלדאווע, וואו א אינגערמאן פון ירושלים איז טראגיש אומגעקומען אין א שרעקליכע עקסידענט אין קישינעוו, מאלדאווע. האברך החשוב הרב עקיבא ראנד ע"ה, 29 יאר, איז געווען אין מאלדאווע מיט נאך חסידי טשערנאביל פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי יחיאל מקרילאוויץ זי"ע, און פארענדיג אויף א געדרייטע ראוד איז די קאר פונעם אינגערמאן געווען פארמישט אין אן עקסידענט פון וואס ער איז ליידער אומגעקומען אויף די סצענע בעפאר הילף איז אנגעקומען. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


נייע לעקטערס געלייגט ביי איבערבלייבענישן 
פון א 600-יעריגע שוהל אין א שפאנישן שלאס 
נאך א גרענט פונעם אייראפעישן פאראיין

שפאניע - די פארוואלטונג פונעם מוזעאום ביים לארקא שלאס אין די שטאט מורסיא האט געמאלדן, אז זיי האבן פארענדיגט א פראיעקט איינצושטעלן א נייע באלייכטונג סיסטעם אין די פרעזערווירטע שוהל וואס געפינט זיך אינעם שלאס. דאס קומט נאך א גרענט פון 52 טויזנט יורא וואס זיי האבן ערהאלטן פונעם ׳קומענדיגע דורות פאנד׳ פונעם אייראפעישן פאראיין. 

די שוהל איז געבויט געווארן אין די יארן פארן גירוש שפאניע. עס איז אויסגעבויט געווארן אונטער די ערד כדי נישט איבערצושטייגן אין הייך די קריסטליכע קירכעס אין שטאט, וואס דאס איז דעמאלטס געווען קעגן דעם געזעץ. די שוהל איז געשטאנען ליידיג זינט דעם גירוש אין יאר 1492 און איז ערשט אנטדעקט געווארן אין יאר 2003. די שפאנישע רעגירונג און דער אייראפעישער פאראיין האבן אריינגעגאסן אסאך געלט אויסצובויען דארט א מאדערנעם מוזעאום וואס ציט גאר אסאך טוריסטן.
 

דריקט דא
שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער פּאליטישער קאמף
אין פלארידע: וועלכע פויגל?

 
פלארידע – א פּאליטישער קאמף קאכט זיך אין פלארידע איבער ערזעצן די "צפון מאקינג-בוירד" אלס די סטעיט'ס אפיציעלע פייגל, און אנשטאט דעם דערקלערן דעם "אמעריקאנער פלאמינגא" אלס די סטעיט'ס אפיציעלע פייגל. שטיצער זאגן אז פלאמינגאס טוען בעסער רעפּרעזענטירן פלארידע און האבן זיך צוריקגעקערט לעצטנס אין וואקסנדיגע ציפערן. א קאנגרעס ביל צו מאכן דעם טויש איז אריבער מיט א מערהייט, אבער איז פּאראליזירט געווארן אינעם סענאט.
 
יענקי אויש, דודי קאליש - וקרב פזורינו
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

For sale Toyota Avensis Verso, 122K miles, excellent condition, £1850, call 07949810047.


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

For rent: 3 Bedroom flat in Davos Platz, 28 July - 06 Aug, for £3500, call or text 07745276939

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
FOR SALE 
Antill Road Area
 2 Bedroom flat
ground floor 
separate kitchen / diner
Long lease 
£320,000 
please call 07930 460114 and leave a message.

                                   TO LET                                  
2 Offices became available to rent in the Dunsmure/Bethune Rd Area, call/Text 07493 360429

Office for Rent Daily/Weekly Rates. call or text 07901939961

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
2 brand new modern houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3  combined, 
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Vacancy:
We are looking for a Cheider Van driver.
Luxury van provided.
Well paid.
Call/text  07308 273289.
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  

Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin  with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: https://wkf.ms/49eGo3E?source=2
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com

ה חוקת בלק 250626_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages