טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג י"ג ניסן תשפ"ו

10 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 30, 2026, 8:04:03 PM (6 days ago) Mar 30
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

מעגליכע קאר טעראר אטאקע אין ענגלאנד

דערבי – בריטישע קאנטער-טעראריזם אפיצירן זענען אראפּגערופן צו העלפן מיט אן אויספארשונג נאכדעם וואס א דרייווער האט אראפּגעקלאפּט פוסגייער אין דער שטאט דערבי, וואו זיבן זענען פארוואונדעט געווארן מיט ערנסטע אבער נישט לעבנס-געפארפולע וואונדן. פּאליציי האט ארעסטירט א 36 יעריגער מאן וועלכע שטאמט אריגינעל פון אינדיע, און יענער ווערט געהאלטן אויף די פארדאכט פון מארד-פּרואוו. מען שליסט נישט אויס אז זיינע מאטיוון זענען געווען דירעקטע טעראר.
 


אמעריקע באטראכט ערד-אפּעראציע צו קאנפיסקירן איראנער אוראניום

וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האלט אינמיטן באטראכטן די מעגליכקייט פון א מיליטערישע אפּעראציע צו פארכאפּן און ארויספירן נאנט צו טויזנט פונט אוראניום פון איראן, לויט אן אויפדעקונג אינעם "וואל סטריט זשורנאל", וואס וועט זיין א קאמפּליצירטע און ריזיקאלישע מיסיע וועלכע וועט אריינשטעלן אמעריקאנער קרעפטן אויף איראנער טעריטאריע פאר טעג אדער לענגער.

אינעם ווייסן הויז האט מען נאכנישט געפאסט א באשלוס דערוועגן, און דער פּרעזידענט זאגט אז ער נעמט ערנסט דעם געפאר פאר אמעריקאנער טרופּן. אבער דער געדאנק ווערט ערנסט גענומען אין באטראכט, צוליב וואס די אדמיניסטראציע וויל זיכער מאכן צו דערגרייכן דעם צענטראלן פונעם פּרעזידענט אז איראן זאל קיינמאל נישט קענען אנטוויקלען א נוקלעארע וואפן.

לויט'ן באריכט טוט דער פּרעזידענט אויך לייגן דרוק אויף זיינע דיפּלאמאטישע באאמטע, אז זיי זאלן לייגן דרוק אויף איראן אליינס אויפצוגעבן די מאטעריאל אנע מיליטערישע אפּעראציע אויף דער ערד, און אז אין אויסטויש וועט אמעריקע אפּשטעלן די מלחמה. עס בלייבט איבער צו זען צי דער אולטימאטום פאר איראן וועט פארלענגערט ווערן נאכאמאל אדער וועט דאסמאל יא עפּעס ערנסט פּאסירן.
 


איראן אטאקירט ענערגיע און כעמיקאל צילן

מיטל-מזרח – די איראנער איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע האט גענומען קרעדיט פאר דראון און מיסיל אטאקעס אויף גאר וויכטיגע אלומינום איינריכטונגען אין בארכעין און אין די יונייטעד אראב עמירעיטס, אלס נקמה פאר דעם וואס אמעריקע און מדנ"י אטאקירן איראנער ענערגיע און אינדוסטריעלע אינפראסטרוקטור, און ס'ברענגט זארג וועגן א גלאבאלע אלומינום מאנגל. נעכטן האט איראן אטאקירט א כעמיקאלן פּלענט אין נאות חובב אין ארץ ישראל, פירנדיג צו זארגן וועגן א שעדליכע ארויסרינונג.
 


אייראפּע גייט פאראויס מיט דעפּארטאציעס

בריסל – אייראפּעאישע יוניאן געזעצגעבער האבן פאראויסגערוקט א קאנטראווערסיאלע פּלאן צו דעפּארטירן אזיל-רעכט אפּליקאנטן וועמענס אפּליקאציעס זענען צוריקגעוויזן געווארן, און זיי שיקן צו אנדערע לענדער וואס זענען אינדרויסן פונעם יוניאן. דער פּלאן וועט אויך ערלויבן די אייראפּעאישע רעגירונגען צו האלטן אימיגראנטן ארעסטירט פאר ביז צוויי יאר אדער געשיקט ווערן צו דריטע לענדער. עס איז א טויש צו שטייפערע אימיגראציע פּאליסיס וואס מ'האט אין אייראפּע ביז יעצט נישט געזען.
 


נישט אידישע בוי ארבעטער בייגעשטייערט 
מזוזות קאלעקציע פאר מאזעאום אין אריזאנע

אריזאנע - אין די קליינע ׳אידישע פילאנטראפיסטן פון סאוט אריזאנע׳ מאזעאום אין שטאט טוסאן, איז אין די טעג פארגעקומען א צערעמאניע צו באנייען א אייגנארטיגע קאלעקציע פון מזוזות. די 52 מזוזות מיט שיידלעך זענען געברענגט געווארן צום מאזעאום דורך א קאטוילישער בוי ארבעטער מיטן נאמען דזשעימס האוזער. 

האוזער האט פון די זיבעציגער יארן אין לויף פון צענדליגער יארן געדינט אלס א אויפזעער פון א רעטייערמענט געביידע אין די סטעיט וואס באשטייט פון איינוואוינער וועלכער קומען אהן אהין שוין זייענדיג אין די עלטערע יארן. פילע פון די איינוואוינער זענען געווען אידישע קריגס איבערלעבער וועלכער האבן קיינעם נישט געהאט אין זייער לעבן. מיט די צייט האט ער אנגעהויבן באמערקן אז די אידישע הייזער פארמאגן מזוזות וואס פלעגט ווערן אוועקווארפן ביים איבערפארבן די הייזער נאך זייער שטארבן, ער האט דאס אנגעהויבן צו זאמלען און מיט די יארן האט ער צונויפגעזאמלט 52 מזוזות וואס ער האט אצינד געשאנקן צום מאזעאום.
 


פירער פון אידישע געמיינע אין שטאט אסלא
זיך אפגעזאגט פון אמט נאך שטוינענדע אויפדעקונג אז ער איז מעגליך א גוי

 

נארוועגיע - די קליינע אידישע געמיינדע פון 700 מיטגלידער אין שטאט אסלא איז אויף קעסל און כלים דערנאך וואס דער פירער פון די געמיינדע האט זיך אפגעזאגט פון אמט. דאס קומט נאך א בריוו פון באשולדיגונגען וואס א אנאנימער געמיינדע מיטגליד האט געשיקט צו אנדערע געמיינדע פירער אז דער פארשוין איז מעגליך א גוי און אנדערע באשולדיגונגען. 

מאריוס גארדער, אדער ווי ער האט זיך גערופן דן ראובן קאהן, דינט שוין פאר א לענגערע צייט אלס איינע פון די גרויסע פירער אין די געמיינדע, פאר עטליכע יאר האט ער געדינט אלס וויצע טשערמאן און די לעצטע צוויי יאר אלס טשערמאן, ער האט זיך אנגעגעבן אלס א איד מיט ספרדישע און אשכנזישע אפשטאם, זאגנדיג אז זיין פאמיליע איז אומגעקומען ביים האלאקאוסט. מיט א יאר צוריק איז אנגעקומען דעם בריוו צו אנדערע געמיינדע פירער וואס האט אויפגעדעקט אז ער שטאמט פון קריסטליכע פאמיליעס אין נארוועגיע, אהן קיין שום אידישע אפשטאם, עס האט אויך אנגעצייכנט א גיור פראצעס וואס ער איז אריבער אין 2007 וואס צייגט אז ביז דאן איז ער נישט געווען א איד, נאך א שטורעם אין די לעצטע צייט האט ער זיך אצינד אפגעזאגט.
 

Donate Here
Donate here
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

ווען דער נעפּל איז א געוואוטשענע זאך
 
קאליפארניע – א זעלטענע צוריקקער פון א גאר געדעכטע נעפּל האט באדעקט די צענטראל וואלי ראיאן אין קאליפארניע פאר מער ווי דריי וואכן דעם פארלאפענעם ווינטער, וואס האט געשאפן געפארפולע אומשטענדן אויף די שאסייען און גרויסע מולטי-קאר צוזאמשטויסן, אבער פון די אנדערע זייט איז דער נעפּל געווען גאר געוואונטשן פאר די סטעיט'ס אגריקולטור אינדוסטריע, דורכ'ן באשיצן מאנדלען און פּיסטוקעס פון צוגרונד גיין. שוין עטליכע יאר וואס די געוואונטשענע נעפּל האט זיך נישט געהאט באוויזן.
 
נפתלי משה שניצלער ומקהלת יונגערליך - נרצה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek 1 - Download here
Midweek 2 - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
Linkit 3 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
News Update 2 - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news 1 - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Regal Red - Cab Soft - Riesling Rose - 1.5L - Box of 6 £101 - 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


מקומות הקדושים סעיל! צאנז כ"ה ניסן מיט ליזענסק £250 אויך דינוב לאנצוט רימנוב קערסטיר  £300 רופו דרכי צדיקים 

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Cream Malaga - Cream Rose - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
טיש בעקשטיע מ Golbers  38M חדש לא משמוש  רופט 07352536812
                                   TO LET                                  

א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

דירות צו פארדינגען  פאר פסח אויף Filey Ave, און אויך פאר א גאנצן יאר.רופט : 07977428767, 07352531718

To let for pesach 1 bedroom flat pesach cleaned heathland area call/text 07387102952
א שיינע כשר לפסח 3 בעדרום דירה אין  St Kilda's / Heathland  געגנט צו פארדינגען פון יעצט ביז 12/04 רופט 07393-124-314

4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123
Two Bedrooms 1st floor flat, £1,900. Two Bedrooms Garden flat, £2,100. In Eiruv. No DSS. 07492718972

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג ששפ 310326_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages