טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג ה' תמוז תשפ"ה

31 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 30, 2025, 7:26:38 PM6/30/25
to לוח היום אימעיל

ענגלאנד פארטיידיגט
שפּיאנאזש פירער

לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט פארטיידיגט דאס אויפנעמען א נייעם פירער פאר דער "עם-איי-6" שפּיאנאזש אגענטור וועמענ'ס זיידע איז געווען א נאצי שפּיאן מיט'ן צונאמען "דער בוטשער". פרוי מעטרעוועלי ווערט אראפּגעריסן נאך וואס איר זיידע האט דעפעקטירט פון דער סאוויעטישער ארמיי און געווארן א נאצי אינפארמאנט אין אוקראינע, און ער האט זיך געגרויסט אז ער האט זיך אנגעשלאסן אין דעם "מאסן-מארד קעגן אידן". ענגלאנד זאגט אז פרוי מעטרעוועלי האט ניטאמאל געקענט איר זיידן.
 

איראן קאמיוניקאציע מיט אמעריקא
איבער באמבארדירונג

טעהראן – דער "וואשינגטאן פּאוסט" באריכטעט אז קאמיוניקאציע צווישן איראנער באאמטע וואס אמעריקע האט אונטערגעהערט, צייגט אז די איראנער צווישן זיך מאכן אוועק די רעזולטאטן פון אמעריקע'ס באמבארדירונג אויף זייערע נוקלעארע איינריכטונגען. עס איז נישט קלאר צי די איראנער באאמטע וואס מען הערט אין די רעקארדירונגען זענען אויפריכטיג, אדער האבן זיי סתם גערעדט צווישן זיך איבער וואספארא ליניע מען וועט פּרובירן צו פארקויפן פאר דער וועלט.
 

אוקראינע וועט פּראדוצירן מינע באמבעס
 
קיעוו – דער אוקראינישער פּרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט געזאגט אז ער האט אונטערגעשריבן א דעקרעט וואס וועט ארויסציען אוקראינע פונעם "אטאווא קאנווענשאן", און דאס וועט ערלויבן אוקראינע צו נעמען פרישע שריט זיך צו פארטיידיגן קעגן דער רוסישער אינוואדירנדער ארמיי. דער "אטאווא קאנווענשאן" פארבאט לענדער פון פּראדוצירן און נוצן געפלאנצטע באמבע מינעס וואס זענען דעזיינט צו הרג'נען פיינטליכע זעלנער, און זעלענסקי זאגט אז אוקראינע האט נישט קיין אנדערע ברירה, נאר זיך ארויסציען.
 

טראמפּ מיט נייע ווארענונג איבער טאריפס
 
וואשינגטאן – טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז דער דעדליין פון יולי 7 פאר וועלט'ס לענדער צו האבן ערלעדיגט נייע האנדלס אפּמאכן מיט אמעריקע אויב זיי ווילן פּטור ווערן פון טאריפס, איז עכט נישט מער א פעליגע זאך, וויבאלד זיין אדמיניסטראציע וועט פּשוט ארויסשיקן בריוון צו הונדערטער לענדער און זיי איינמעלדן וועלכע טאריף ראטע אמעריקע וועט רעכענען פאר זייערע אימפּארטן קיין אמעריקע. טראמפּ זאגט אז רוב לענדער האבן זיך ארויסגעשטעלט אומוויליג צו פארהאנדלען געהעריג.
 

שוועדישע פּארטיי
איבערגעבעטן אידן

 
שטאקהאלם – די עקסטרעם-רעכטע נאציאנאליסטישע פּארטיי "שוועדישע דעמאקראטן" האט זיך אנטשולדיגט אין א סטעיטמענט איבער אירע פארבינדונגען צו נאציזם און אנטיסעמיטיזם אין דער פארגאנגענהייט, שטייענדיג בעפאר שוועדן'ס נאציאנאלע וואלן קומענדיגן יאר. די אנטשולדיגונג האט אריינגענומען א שטודיע דורך דער פּארטיי וואס האט געטראפן אז נאצישע און אנטיסעמיטישע אנשויאונגען זענען טאקע געווען אן ערנסטע פּראבלעם פאר דער פּארטיי פאר צענדליגער יארן.
 

א פארבאט אויף וואסער באלונען?!

מאנהעטן – א ליבעראלע טעכנאלאגיע ביזנעספרוי האט אנגעהויבן זאמלען אונטערשריפטן פאר א פּעטיציע וואס וועט פארבאטן וואסער באלונען אין פּובליק פּארקס און שפּיל-פּלעצער לענגאויס ניו יארק סיטי. זי שרייבט אין א לענגערן ארטיקל אז די סיטי פּארקס ווערן אנגעלייגט יעדעס יאר זומער מיט די צעריסענע שטיקלעך פון די פּלאסטיק און גומי וואסער באלונען וואס קינדער שפּילן זיך דערמיט, און אז עס האט אן אימפּאקט אויף די ענווייראמענט. עס בלייבט איבער צו זען צי די ליבעראלן וועלן איין טאג פארבאטן אטעמען אויך...
 


האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               
 
האט איר אלטע/נייע ספרים אין א גיטע  צושטאנד, וואס איר זיכט אוועק צו געבן
                                                        מיר קומען עס אופנעמען אין די זעלבע טאג!
                                                       ריפט שוין 0735/1997/067 און לאזט א קלארע 
                                               מעסעדש/טעקסט,און מיר וועלן צירוקרופן ווי אומשנעלסטן.

For sale: 1 mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
                                    TO LET                                  

א נייע דירה אין אנטווערפן פאר געסט שמחות שבת יו״ט 32472283335+

Last few remaining flats in Saas Fee, Switzerland
3x 2 bedroom (sleeps 4-6) 1x 3 bedroom (sleeps 6) 1 x 4 bedroom (sleeps 8)
Available from after Tisha B'av
Call/Text 07941 722 777
Desk available in a comfortable office in Heathland area, Fully serviced, Air conditioned, Easy parking 07984673724

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 
Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time.
Yiddish Hebrew and English required
Good computer knowledge
Good speaking manners
hcc.jo...@gmail.com
א היימישע מוסד זיכט א פאנדרעיזער, א גוטע פרנסה פאר די ריכטיגע קאנדידאט. ביטע טעקסט 07833433507
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier
call 07471352354

                                 LOOKING                                  
 
 געזינט זוכט וואלונטירן אויפפילן אונדזער שבת צימערן און שפיטאל 03336139625

געזוכט צו דינגען א אפיס ביטע רופט 07942677286
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.

                                     MISC                                    

מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 
85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               

Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג חקת 010725_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages