טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג ג' אב תשפ"ה

21 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jul 28, 2025, 4:36:35 AMJul 28
to לוח היום אימעיל

שרעקליכער איבערפאל
אויף שוהל אין גאלדערס גרין
 
לאנדאן – א גרופּע גנבים האבן זיך איינגעבראכן אינעם "אור חדש" שוהל פון הרב מנחם געללי שליט"א ראב"ד בית דין לאנדאן אין גאלדערס גרין. די גנבים האבן באדעקט די קאמערעס און אויסגעריסן די פייער אלארמס, פּרובירנדיג אויפצוברעכן דעם ארון הקודש, אבער אנע ערפאלג. די פּארשוינען האבן אויך גענישטערט אין טעשער פון מאנטלען און רעקלעך און אויפגעבראכן פּריוואטע קעסטלעך. זיי זענען אנטלאפן מיט ליידיגע הענט, און די פּאליציי האט געעפנט א ברייטע אויספארשונג.
 

געשפּרעכן צווישן אייראפּע און איראנער
 
איסטאנבול –איראן האט געזאגט אז זיי וועלן פארזעצן נוקלעארע געשפּרעכן מיט אייראפּעאישע לענדער, נאכ'ן פירן "ערנסטע, אפענע און דעטאליזירטע" געשפּרעכן פרייטאג, אין דער ערשטער אזא דירעקטע זיצונג זינט מדינת ישראל און אמעריקע האבן באמבארדירט איראן. דער ציל פון די געשפּרעכן איז צו פארמיידן די יו-ען אינטערנאציאנאלע סאנקציעס אויף איראן פון צוריק אריינגעשטעלט ווערן אין אפעקט, אלס טייל פון די מעכאניזמען איינגעשטעלט אין יאר 15' אונטער'ן נוקלעארן אפּמאך.
 

טיילאנד און קאמבאדיע פירן געשפּרעכן
 
טיילאנד – טיילאנד און קאמבאדיע האבן ווייטער אויסגעטוישט שווערע ארטילעריע שיסערייען, און דער גרעניץ קאמף האט זיך אויסגעברייטערט, אבער ביידע זייטן האבן אויסגעדרוקט א ווילן פאר א פייער אפּשטעל. צענדליגער זענען שוין אומגעקומען און כמעט א פערטל מיליאן מענטשן זענען פארוואגלט פון זייערע הייזער אלס רעזולטאט פונעם ערגסטן קאנפליקט צווישן די צוויי שכנים אין דרייצן יאר. מאלאזיע האט געמאלדן א פייער אפּשטעל, אבער טיילאנד וויל דירעקטע געשפּרעכן מיט קאמבאדיע.
 

נייע אויפדעקונג וועגן מאסק און אוקראינע
 
קיעוו – "רויטערס" דעקט אויף אז אילאן מאסק האט פארארדנט צו פארלעשן זיין "סטארלינק" סאטעליט קאמיוניקאציע דעקונג העכער טייל פון אוקראינע'ס כערסאן ראיאן אינמיטן א גרויסע אוקראינישע קאנטער-אפענסיווע אין הערבסט פון יאר 22'. דער איבערהאק האט געברענגט אוקראינישע קרעפטן צו פארלירן אסאך געצייג און אסאך פארשריט אויפ'ן פראנט און די קאנטער-אפענסיווע איז דורכגעפאלן. אוקראינע האט שפּעטער יא באוויזן צו באפרייען כערסאן פון רוסישע אקופּאציע אין א נייע מיסיע.
 

ירושלים שטאטראט אפגעשיקט בריוו צו די 
פאליציי צו זאפארט אפשטעלן זיך באנוצן מיט
בואש וואסער ביי מחאות

 
ירושלים - שטייענדיג נאך עטליכע טעג פון שטורמישע מחאות אין ירושלים נאך די ארעסט פון דריי יונגעלייט, וואו די פאליציי האט זיך באנוצט מיט די פארשטינקענע בואש וואסער קעגן די מוחים, שפריצנדיג אויף רעכטס און לינקס און אויך אריינגעשפריצט אין געביידעס און הייזער וואס האט איבערגעלאזט די הייזער מיט א שארפע גערוך וואס גייט נישט אוועק. האט די ירושלימער שטאטראט אפגעשיקט א בריוו צו די פאליציי קאמישינאר פון ירושלים און צו די טשיף וואו זיי טוען אנגעבן אז זיי האבן באקומען טויזנטער קלאגעס פון איינוואוינער איבער דעם וואס די פאליציי באנוצט זיך מיט בואש וואסער אויף אן איבערגעטריבענע פארנעם, זיי ווארענען אז אויב דאס וועט זיך נישט זאפארט אפשטעלן וועלן זיי קלאגן די פאליציי אין געריכט.
 

מארש אין שווייץ מיט נאצישע מונדירן
 
אייראפּע –אידישע גרופּעס אין אייראפּע זענען ארויסגעקומען פארדאמען אן אינצידענט וואס האט זיך אפּגעשפּילט אין שווייץ, וואו א גרופּע פון בערך 25 מענער האבן מארשירט געקליידעט אין מונדירן פון דער נאצישער וועהרמאכט פונעם צווייטן וועלט קריג, מיט האקנקרייץ ארעם-בענדער און נאך. די גרופּע האבן שפּאצירט און מארשירט אפענערהייט אויף א פּאפּולערע שפּאציר-שטראז, ווערנדיג אפּגעשטעלט דורך פּאליציי, אבער קיינער פון זיי איז נישט ארעסטירט געווארן.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

דער עלענטיער בלאקירט דעם וועג
 
ניו יארק – א גרויסער עלענטיער, וואס איז באקאנט אין ענגליש אלס א "בול מאס" באשעפעניש און איז פון די גרעסטע אין דער הערשן פאמיליע, האט זיך געזעצט בלאקירן א גאר פּאפּולערע שפּאציר שטראז אין די אדיראנדעק בערג אין אפּסטעיט ניו יארק, און עס איז א מיסטעריע וואס וויילדלייף באאמטע פּרובירן צו דערגיין. דאס באשעפעניש איז געזען געווארן זיך דרייען אזוי אפט אויפ’ן שפּאציר-וועג אז עס האט געפירט דערצו אז מ'זאל עס אפּשפּארן אויפ’ן גאנצן זומער. די באאמטע ארבעטן צו קענען טעסטן צי דער עלענטיער איז קראנק אדער וואס איז די סיבה פון זיין דרייען זיך אויפ’ן וועג.
 
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

HOLIDAY essentials MADESAFER Hotplates, Slow cookers, Urns, Shabbos Lamps available in local shops. Or call 07989628478~02088029243

Toyota 8 seater Previa 54 reg in good condition for sale - pls call/text £2500 OBO 07723706269
מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
UNDER £2000! Affordable & reliable cars for sale (with mechanic guarantee) 07774090462
                                   TO LET                                  
 
6 bedroom flat in Manchester Qing Square large living room kitchen + garden & trampoline. Aug 6–19. Call 07807017383.
Holiday in Manchester – large new apartment near MH, Aug 11–22 – 07553255662

NEW 2-bedroom flat in Manchester with large kitchen – available 31/07 to 18/08
Previa 8 seats to rent for the holidays please call 07535481082
Summer holiday : 4-bedroom flat in Manchester, central location, garden, near park. 07932177414 07916150975
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712
אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 


Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers.
Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided.
Part time with full time potential.
Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.

                                 LOOKING                                  
 
Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email  jobof...@gmail.com

 
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message.
א היימישע חסידישע יונגערמאן זוכט אן ארבעט. רופט 07462254940

                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
2840725 ב דברים_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages