טעגליכע לוח היום לונדון - דינסטאג בדר"ח תמוז תשפ"ו

14 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Jun 16, 2026, 4:02:32 AM (8 days ago) Jun 16
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

אמעריקע און איראן מעלדן ענדגילטיגע דיעל;
וועט אונטערגעשריבן ווערן פרייטאג

מיטל-מזרח – אמעריקע און איראן האבן נעכטן געמאלדן א דורכברוך, אז זיי האבן דערגרייכט א שלום אפמאך נאך לאנגע מאנאטן פון פארצויגענע געשפרעכן. לויט'ן פלאן וועט דער דיעל ווערן אונטערגעשריבן די וואך פרייטאג ביי א צערעמאניע אין דער שווייץ.

דער דיעל איז געמאלדן געווארן דורך פאקיסטאן'ס פרעמיער מיניסטער, דערנאך באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ און דערנאך דורך די איראנער רעזשים. דערווייל זענען נישט ארויסגעקומען קיין שום דעטאלן אפיציעל, נאר דורך איראנער ליעקס.

לויט די איראנער געליעקטע אינפארמאציע, וועט דער דיעל נאכגעבן גאר אסאך פון די פונקטן וואס איראן האט געפאדערט, אריינגערעכנט אז ס'וועט ארייננעמען אן ענדע צו די לבנון קריג און אז איראן וועט באקומען ביליאנען דאלארן פון פארפרוירענע געלטער.

טראמפ האט אין זיין סטעיטמענט באשטעטיגט אז דער הארמוז וואסער וועג וועט זיך זאפארט צוריקעפענען פאר האנדלס שיפן פון איבער דער גארער וועלט אריבערצופארן אומגעשטערט, און אז אמעריקע וועט אראפנעמען איר נעווי בלאקאדע פון איראן.

דערווייל בלייבט איבער צו זען צי די אפגעשמועסטע און ערלעדיגטע דעטאלן פונעם דיעל וועלן זיך האלטן ביז פרייטאג אז מען זאל עס נאך קענען אונטערשרייבן, און נאכדעם וועלן זיין 60 טעג פון געשפרעכן איבער איראן'ס נוקלעארע פראגראם און אנדערע טעמעס.
 


שווייצער וויילער אנטזאגן פאלק צוימונג

ציריך – שווייצער וויילער האבן נעכטן אפּגעווארפן א פארשלאג וואס וואלט געצוימט די באפעלקערונג אין לאנד צו בלויז צען מיליאן, ווען 55 פּראצענט האבן געשטימט קעגן דעם פּלאן. דער פארשלאג איז געשטיצט געווארן דורך רעכטע פּארטייען וועלכע האבן געוואלט דורכדעם רעדוצירן אימיגראציע און צוימען באפעלקערונג וואוקס, אבער קעגנער האבן געווארנט אז ס'וועט שעדיגן די עקאנאמיע און שאדן מאכן באציאונגען מיט די אייראפּעאישע יוניאן.
 

שיקט אריין די פרטים שנעל און גרינג דורך דעם לינק

קרעמלין מעלדט: טראמפ און פוטין גערעדט

מאסקווע – דער קרעמלין האט נעכטן געזאגט אז דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט פריש געזאגט פאר'ן רוסישן פּרעזידענט וולאדימיר פּוטין אז ברענגען אן ענדע צו די מלחמה אין אוקראינע איז ווייטער א הויפּט פּריאריטעט פאר אים. פּוטין'ס ראטגעבער יורי אושאקאוו זאגט אז טראמפּ האט געזאגט אז ער איז וויליג צו ארבעטן מיט אייראפּעאישע אליאירטע און מיט אוקראינע, אריינגערעכנט בשעת ער וועט די וואך אנטיילנעמען ביים "דזשי-7" סאמיט אין פראנקרייך.
 


נייע דעטאלן איבער נארד-סטריעם סאבאטאזש

אייראפּע – דייטשע אויספארשער גלייבן אז די יאר 22' סאבאטאזש אויפן רוסיש-דייטשן "נארד סטריעם" גאז פּייפּליין איז אויסגעפירט געווארן דורך א קליינע גרופּע אוקראינישע ציווילע טויכער פון א געדינגענע יאכט שיפל. א נייע בוך ערווענט די ראלע פון א מיסטעריעזע פרוי וועלכע איז א טיטשער אין ים-טויכן, וואס זי האט געשפּילט א צענטראלע ראלע אין די פּלאנירונג און אויספירונג פון די אונטערוואסער מיסיע צו שעדיגן די וויכטיגע פּייפּליינס.
 


ארעסט איבער סטראשונקעס קעגן לאקאלן רב

קאליפארניע – ברוס ליאן, דער 64 יעריגער פירער פון די "ליאן רעיזינס" קאמפּאני, איז ארעסטירט געווארן אין פּאסיפיק פּאליסעידס, קאליפארניע און אנגעקלאגט געווארן פאר'ן מאכן טעראר סטראשונקעס, נאכדעם וואס ער האט נאכאנאנד געטשעפּעט און נאכגעשריגן זיין שכן ר' זושא כאנין. ר' זושא זאגט אז די רדיפות האבן אריינגענומען סטראשונקעס, מיאוס'ע ווערטער און צומאל אויך געשטערט דאס דאווענען אינעם לאקאלן שוהל, זייער אפט פארנט פון דערשראקענע יונגע קינדער.
 


בערך טויזנט אידישע הייזער שאדנס אין אוקריינע

קיעוו – רוסישע מיסיל און דראון אטאקעס האבן שוין געשעדיגט בערך טויזנטער הייזער וואס באלאנגען צו אידישע משפּחות לענגאויס אוקראינע. א וואוילטעטיגע ארגאניזאציע וועלכע האלט רעקארדס אויף די זאכן זאגט, אז פילע עלטערע אידן, אריינגערעכנט האלאקאוסט איבערלעבער, זענען שוין אפעקטירט געווארן פון אויסגעהאקטע פענסטערס, געשעדיגטע דעכער און אומזיכערע געביידעס. צוויי 86 יעריגע קריגס איבערלעבער אין קיעוו און סומי זענען צווישן די מערסט-אפעקטירטע.
 

דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

אנטזאגט א וויזא? נאט אייך א גרויסע סקרין
 
בוענאס איירעס – צו ווערן אנטזאגט א וויזא קיין אמעריקע האט זיך שוין באלד געלוינט... אן ארגענטינער עלעקטראניקס קאמפאני האט געמאלדן אן אינטערעסאנטע פראגראם צו פארגיטיגן ארטיגע בירגער וועלכע האבן געוואלט קומען צו פארן קיין אמעריקע פאר א גרויסע גלאבאלע ספארטס פארזאמלונג און זענען אפגעזאגט געווארן וויזאס דורך די טראמפ אדמיניסטראציע. אלע וועלכע האבן נישט באוויזן צו באקומען וויזאס צווישן יאנואר ביז יוני היי יאר, וועלן באקומען גרויסע קאמפיוטער סקרינס אומזיסט.
 
אשרי רבו - יואלי דוידוביץ מארח את אהרלה סמט ומקהלת נשמה
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
Manchester Jewish Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
                                 FOR SALE                               

For sale Toyota Avensis Verso, 122K miles, excellent condition, £1850, call 07949810047.


Get a stunning website from just £399. Call 020 8036 1111. Yes, really.

For rent: 3 Bedroom flat in Davos Platz, 28 July - 06 Aug, for £3500, call or text 07745276939

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
FOR SALE 
Antill Road Area
 2 Bedroom flat
ground floor 
separate kitchen / diner
Long lease 
£320,000 
please call 07930 460114 and leave a message.

                                   TO LET                                  
2 Offices became available to rent in the Dunsmure/Bethune Rd Area, call/Text 07493 360429

Office for Rent Daily/Weekly Rates. call or text 07901939961

Wearhouse space available, out the area, 1,500 square feet. Please call 07817239440
2 brand new modern houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3  combined, 
please call/ text 07311808429 email kosherbo...@gmail.com

Large 3.5-bedroom house for rent in N15, featuring a beautiful garden. call 07543 502430.
To rent. 2 bedroom flat, Loft, Cranwich Road, (needs new kitchen) £2300PCM ben...@gmail.com
Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Vacancy:
We are looking for a Cheider Van driver.
Luxury van provided.
Well paid.
Call/text  07308 273289.
Looking for a worker afternoon hours to start immediately 
Please email Jobof...@gmail.com 
Or text to 07359586107 
We’re looking for a few reliable Yingerlatt to help with an upcoming very important Kehilla campaign.
Flexible hours and Paid role.
If you’re interested, please text 07566240758
מטעמים 
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
matam...@gmail.com


                                 LOOKING                                  


Looking for a 3+ bedroom flat/house in Stamford Hill, Can pay without DSS, finder’s fee, call 07425511548
Looking for a 1/2/3 bedroom flat available to rent in stamford hill area, close to junction. Long term. No DSS needed. Finders fee £1000 please call: 07931482453

                                     MISC                                    
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ


                                השבת אבידה                               

השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו צולייגן א מנין צו די מנחה ליסט
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ג קרח 160626.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages