| ענגלאנד-פראנקרייך קאנאל דיעל לאנדאן – ענגלאנד און פראנקרייך האבן דערגרייכט אן אפּמאך צו פּרובירן פארשטאטערן דער שטראם פון רעקארד ציפערן אימיגראנטן וועלכע קומען אריבער דעם ענגלישן קאנאל וואסער אויף קליינע שיפלעך, אין א צייט וואס אנטי-אימיגראנט פּאליטישאנס אין ביידע לענדער רוקן זיך ארויף אין די אנקעטעס. אלס טייל פונעם אפּמאך וועט ענגלאנד צוריקשיקן אימיגראנטן קיין פראנקרייך, אין אויסטויש צו אקצעפּטירן די זעלבע צאל אימיגראנטן וועלכע זענען שוין יעצט אין פראנקרייך.
|
|
איראן האט נאך אביסל פון די הויך בארייכערטער אוראניום איראן - א אמעריקאנע באריכט לויטעט אז שפיאנאזש־קוואלן באריכטן אז איראן האט נישט אוועקגעפירט די העכסט־בארייכערטע אוראניום פון זייערע נוקלעארע פלעצער טיף אונטער די ערד אין פארדא, נאטאנז און איספאהאן. די אינפארמאציע ווייזט אז נאך פאר דער מלחמה, האט איראן געהאט ארום 400 ק"ג אוראניום בארייכערט צו 60 פראצענט — וואס איז שוין זייער נאנט צו די שטאפל וואס מען דארף פאר א נוקלעארע וואפן. |
|
סיקרעט סערוויס סוספענדירט 6 אגענטן פאר טראמפ אטענטאט פרואוו
אמעריקע - זעקס אגענטן פון סיקרעט סערוויס זענען אפגעזאגט געווארן פון זייערע פאזיציעס אין פארבינדונג מיט דער שיסעריי אויף טראמפ אין באטלער פענסעלוועניע פאר א יאר צוריק, ווען ער איז געטראפן געווארן אין אויער און וואונדערליך געבליבן לעבן. נפארשונגען ווייזן אז עס זענען געווען טיפע סעקיוריטי־פעלערן פאר'ן ראלי, וואס וואלט ווען געקענט אויסגעמיטן ווערן מיט בעסערע צוגרייטונג. |
|
נתניהו שטעלט תנאים פאר פייער־אפשטעל
מדינת ישראל - פרעמיער מיניסטער נתניהו האט געזאגט פארן פארלאזן וואשינגטאן דאנערשטאג נאכמיטאג, נאך צוויי זיצונגען מיט פרעזידענט טראמפ און נאך עטליכע זיצונגען מיט אדמיניסטראציע באאמטע, אז ווען עס קומט צו א פייער־אפשטעל אין עזה, דארף עס קומען מיט קלארע רעזולטאטן. אויב כאַמאַס ווערט נישט אויפגעלייזט און זיי גיבן נישט אויף זייערע וואפנס, וועט דער קריג צוריק באנייט ווערן. דער ציהל איז אז עזה זאל בלייבן אן קיין מיליטערישע קראפט — און כאַמאַס מוז פארשוואונדן ווערן אויף אייביג. אין סיי וועלכע אפמאך, גייען די צוויי זאכן געשען, חאמאס גייט זיך אנטוואפענען, און עזה ווערט דע-מיליטעריזרט. |
|
טעראר־אטאקע אין גוש עציון
שומרון - אין גוש עציון, נעבן א שאפינג מאלל, איז פארגעקומען א בלוטיגע טעראר אטאקע. ווען צוויי טעראריסטן האבן ארויסגעכאפט א ביקס פון א זיכערהייט וועכטער, און דערשאסן איין צוואנציג יעריגע אינגערמאן הי"ד, אנוועזענדע האבן באלד דערשאסן די טעראריסטן צום טויט, די טעראריסטן זענען אידענטיפיצירט געווארן, אלס פאלעסטינער פאליציאנטן וועלכע האבן זיך טרענירט אין קאטאר, אונטער די אויסלאו אפמאכן פראטאקאלן. |
|
פרישע מיסיע צו העלפן אידן אין קובא
האוואנא – א אידישע פאמיליע אין טוסטין, קאליפארניע האט באקומען מידיא דעקונג איבער דעם וואס זיי האבן אונטערגענומען א נייע סעריע רייזעס אונטער'ן נאמען "מצוה מיסיעס", צו שיקן מענטשן קיין קובא מיט'ן ציל ארויסצוהעלפן די ארטיגע אידישע געמיינדע. עס וואוינען היינט צוטאגס צווישן 600 ביז 800 אידן אין די פארמאכטע קאמוניסטישע לאנד, און די אנטיילנעמער ביי די רייזעס קיין קובא טוען איינקויפן דארט עסנווארג, מעדיצין און אנדערע געצייג פאר די ארימקייט-געפּלאגטע אידישע איינוואוינער. |
|
| ליבעטעריען ענגליש
וואשינגטאן – א קאמישע פאליטישע סענזאציע האט זיך אפגעשפילט אין ווייסן הויז, ווען ביי א זיצונג מיט עטליכע אפריקאנע פרעזידענטן ביי וועלכע עטליכע שפראכן זענען גענוצט געווארן, האט פרעזידענט טראמפ אויסגעלויבט דעם ליבעריע'ן פרעזידענט אויף זיין פליסיגע ענגליש און עס באוואונדערט, און ער האט געפרעגט דעם ליבעטרעיען פרעזידענט פון ווי ער האט אזא גוטע ענגליש, פארגעסנדיג אדער נישט וויסנדיג די פאקט אז די אפציעלע שפראך אין ליבעטעריע איז ענגליש, זינט עס איז געגרינדעט געווארן דורך אמעריקאנע אפרא-אמעריקאנע געוועזענע קנעכט. |
|
האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד? שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם off...@luachhayom.com T&C Apply |
|
|
| מעמד סיום לימוד הא-ב בת"ת מחזיקי הדת בעלזא |
|
!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך FOR SALE "תורה וחסד" 137 RAVENSDALE הגיע כמות ענק של ספרים גם נדירים ביותר במחיר 1 פאונד mountain bike and & triple suspension bike – call 078-75907213.
מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
For sale Toyota previa 54 reg for 1500 07947 626 718 TO LET Offices to Let – Centre Stamford Hill Two serviced offices available – all bills included: Office 1: £160 per week Office 2: £130 per week Great central location. For more information, contact: 07391 682642
א 1 צימערדיגע דירה צו פארדינגען פאר חודש אב אין Bethune געגענט רופט 07884-906-675
Big chalet in Les Deux Alps in Yidishe camp, sleep upto 14 - call 07914928105
ABERYSTWYTH SUMMER HOLIDAYS. 8 bedroom (en-suite) apartments to rent in Aberystwyth for summer holidays (with a shul) avalible for two weeks or for 9 days. Call 07954421444 or 07534122219
האלידעי אין מאנשעסטער - א גרויסע באקוועמע ריינע 6 בעדרום נעבען מחזיקי הדת - 07940905991
Large nice 6 bedroom house for rent in manshster from 6th Aug to 19th Aug 07807017383 JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY Job vacancy: organization looking for a male secretary full/part time. Yiddish Hebrew and English required Good computer knowledge Good speaking manners hcc.jo...@gmail.com
א טויגליכע אינגערמאן איז גרייט צו אננעמען פיזישע ארבעט נישט אין פאבליק צווישן 2:00 און 7:00 רופט 07557560538
Job Vacancy - Watch company looking for a worker to repair small issues, process returns & help out customers. Must be handy, detail oriented & have basic computer knowledge. Training provided. Part time with full time potential. Please call/text 07300991219 If no answer leave a message.
א תלמוד תורה זוכט א יונגערמאן מיט עקספיריענס אין עברי צו צולערנען מיט קינדער פאר שיין באצאלט! ביטע רופט 07708906985
Looking to change 2 followup appointments with Dr Alexander from 30 July for earlier call 07471352354
To rent: Toyota Prius £50 per day, (including 50 milles) £7.50 per hour (min 4 hours) call: 07868 379712 LOOKING Looking for a Yingerman or a bucher to serve in a shop in the afternoon/night hours, well-paid job please email jobof...@gmail.com
Looking to join a lorry to Tignes, France. Please call 07810806501
TT D'Gur is looking for English Teachers - afternoon hours - please call: 07493664833 and leave a message. MISC מיר נעמאן צאם אלע סארט'ן חובות פון פריוואטע, מוסדות אדער ביזנעס חובות רופט 85% access rate 07818107406
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052 השבת אבידה Found a BA AMEX card at Filey Corner, Osbaldeston. The name on the card is Z. Kohn. Call 07563061673 TO GIVE AWAY שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם. |
|
Receive our daily luach via WhatsApp by joining the link below |
|
|
| |
|