טעגליכע לוח היום לונדון - מיטוואך ג' אלול תשפ"ה

23 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Aug 26, 2025, 10:45:27 PMAug 26
to לוח היום אימעיל

רעקארד אימיגראנטן קומען קיין ענגלאנד
 
לאנדאן – א רעקארד פון 28,076 אימיגראנטן זענען אריבערגעקומען דעם ענגלישן קאנאל וואסער קיין ענגלאנד אויף קליינע שיפלעך היי יאר, וואס איז 46 פּראצענט העכער ווי פאראיאר אזא צייט, לויט רעגירונג דאטא פּובליצירט נעכטן. דער וואוקס אין די ניי-אנגעקומענע אימיגראנטן לייגט פרישע דרוק אויף פּרעמיער מיניסטער קיער סטארמער, וועמענ'ס רעגירונג האט געזאגט אז זיי וועלן אין די קומענדיגע פּאר יאר מער נישט צושטעלן האטעל גאסטגעבעריי פאר פּליטים און אזיל-רעכט אפּליקאנטן.
 

מדינת ישראל פארשט שפּיטאל אטאקע
 
עזה – א מדינת ישראל באמבארדירונג אויף א שפּיטאל אין דרום עזה האט געקאסט די לעבנס פון צוואנציג מענטשן, לויט א סטעיטמענט פון כאמאס-קאנטראלירטע געזונטהייט אויטאריטעטן אין די פּאלעסטינער טעריטאריע, וועלכע זאגן אז צווישן די אומגעקומענע זענען דא פינף זשורנאליסטן, מעדיצינישע שטאב, פּאציענטן און רעטונג ארבעטער. די מדינת ישראל מיליטער האט באשטעטיגט אז זיי האבן דורכגעפירט אן אטאקע ארום דעם "נאסאר שפּיטאל" און פארשן מעגליכע טעותים.
 

טראמפּ וויל זיצונג מיט צפון קארעא קים
 
וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ האט געזאגט נעכטן אז ער האפט זיך צו טרעפן מיט'ן צפון קארעא פירער קים יאנג אן היי-יאר. טראמפּ האט דאס געזאגט בשעת'ן אויפנעמען דעם נייעם דרום קארעא פּרעזידענט, לי דזשאי מיאנג, אין ווייסן הויז, וואו זיי האבן דיסקוסירט האנדל, פארטיידיקונגס שפּענדונג און אליאנץ פּראבלעמען, און טראמפּ האט געלייגט דרוק אויף לי אז דרום קארעא זאל העכערן זייערע מיליטערישע שפּענדונג און אויך זוכן שלום אויפ'ן קארעא אינזל.
 

טראמפּ דערקלערט: כ'בין נישט קיין דיקטאטור
 
וואשינגטאן – פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן אין ווייסן הויז געזאגט "איך בין נישט קיין דיקטאטור", אין רעאקציע צו פראגעס וועגן א דעמאקראט וואס האט אים באשולדיגט דערמיט. טראמפּ האט צוגעלייגט אז אפשר וואס דער אמעריקאנער פּובליק וויל און דארף איז טאקע א דיקטאטור צו ברענגען ארדענונג, אבער ער איז נישט. ס'איז געווען אין רעאקציע צו שארפע ווערטער פון אילינאי גאווערנאר דזשעי בי פּריצקער, וועלכער האט דאס געזאגט איבער טראמפּ'ס ווילן צו שיקן נעשאנעל גארד זעלנער קיין שיקאגא.
 

איראן שולדיג אין עדת ישראל ארסאן אטאקע
 
אויסטראליע – נעכטן ביינאכט אויפ'ן אמעריקאנער זייגער האט אויסטראליע'ס פרעמיער מיניסטער אנטאני אלבאניז שאקירט אלעמען מיט'ן מעלדן אז זיין רעגירונג האט אויפגעדעקט באווייזן אז דער איראנער רעזשים האט ארקעסטרירט א צאל אנטיסעמיטישע אטאקעס אין אויסטראליע, אריינגערעכנט ספעציפיש די שרעקליכע ארסאן פייער אטאקע אויפ'ן "עדת ישראל" שוהל אין מעלבוירן מיט 8 חדשים צוריק. פרעמיער מיניסטער אלבאניז האט געזאגט אז אין רעאקציע צו די אויפדעקונגען וועט זיין רעגירונג פאדערן פון איראנ'ס אמבאסאדאר צו פארלאזן אויסטראליע זאפארט.
 

עגיפּטישע רעזארט לייקנט מנורה פארעם
 
קאירא – א נייע רעזארט פּראיעקט ביי עגיפּטן'ס מיטללענדישע ים בארטן, ביים נאמען "מארינא דעלטא לאגונס", האט געברענגט א העפטיגע דעבאטע נאך וואס סאטעליט בילדער האבן געצייגט אז דער דעזיין און אויסשטעל איז ממש ווי א אידישע מנורה. געוויסע אין עגיפּטן האבן פארפירט דערוועגן, אז מ'ברענגט אריין א אידישע סימבאל אין עגיפּטישע ארכיטעקטור, אבער אנאליסטן האבן אוועקגעמאכט דעם שטורעם, זאגנדיג אז דער פארעם איז אויסגעוועלט געווארן צו האבן מער צוטריט צום בארטן.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

אויסטראליער לויער גענוצט "עי-איי"
 
אויסטראליע – אין א לעצטיגע קעיס אין אויסטראליע איז א הויכראנגיקער לויער געכאפט געווארן ביים אריינגעבן געריכט דאקומענטן וואס האבן אנטהאלטן פאלשע זאצן און פאלשע קוועלער פון אנדערע לעגאלע דאקומענטן וואס האבן בכלל נישט עקזיסטירט. די פאבריקאציעס זענען אנטדעקט געווארן דורך א שטאב מיטגליד פון איינעם פון די ריכטער וועלכער האט פרובירט נאכצוזוכן די לעגאלע דאקומענטן וואס דער לויער האט ערווענט, און דער לויער האט זיך מודה געווען אז ס'איז אלעס געווען פאלש און צוזאמגעשטעלט דורך "עי-איי".
 
שייע ברקו & ארי וייס - טובות
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
The weekly view - Download here
The Simchah view - Download here
Linkit - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
Midweek - Download here
News Update - Download here
North manchester circular- Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

מיר קויפן צעבראכנע Canon דיגיטל קאמעראס, צאלן גוט קעש
רופט/טעקסט 07365657329 yh76...@gmail.com
 
                                   TO LET                                  

אחוזת קרעסטיר 
א הערליכע נייע וילה מיט 9 הויעכקלאסיגע בעטן אין קרעסטיר צו פארדינגען.
נאך פריי אויף די צווייטע און דריטע וואך פון וואקאנס (10.08).
גרויסע חצר מיט פריוואטע פארקינג, 10 מינוט צו גיין פון ר' ישעילע'ס הויז.
צו רעזערווירן רופט: 32489935202+
 

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
 

                                 LOOKING                                  

 
                                     MISC                                    

Full personal service: UC Applications £85, 100% Satisfaction benefits...@gmail.com 07706607929
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
270825 ד שופטים.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages