טעגליכע לוח היום לונדון - מאנטאג כ"ז אדר תשפ"ו

13 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Mar 16, 2026, 2:09:24 AMMar 16
to לוח היום אימעיל, לוח היום אימעיל 2

בלוטיגע מלחמה קעגן איראנער רעזשים טרעט
אריין אין דריטע וואך

טעהראן – די מלחמה וואס אמעריקע און מדינת ישראל פירן קעגן איראן טרעט אצינד אריין אין איר דריטע וואך, און טראץ וואס מען הערט נאכאנאנד וויפיל פראצענט פון איראנ'ס מיליטערישע איינריכטונגען זענען שוין פארניכטעט געווארן, ווערט די מלחמה נאר מער קאמפליצירט און פארוויקלט.

ווי עס זעט אויס האט איראן נאכנישט פארלוירן די מעגליכקייט דורכצופירן לאנגע באליסטישע מיסיל אטאקעס און האט שבת ווייטער געשאסן מיסילס אויף ארץ ישראל, פירנדיג צו א צאל פארוואונדעטע אין עילת און אנדערע שטעט. אויך האט איראן ווייטער געשאסן דראונס אויף גאלף לענדער.

דערווייל האט אמעריקע אנגעהויבן צילן מער איראנער סטראטעגישע איינריכטונגען, אריינגערעכנט דער כארג אינזל, וואו די רעזשים פארמאגט וויכטיגע מיליטערישע אינסטולאציעס, און פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן אז אמעריקע וועט צילן איראנ'ס אויל אינפראסטרוקטור.

טראמפ האט שבת אוועקגעמאכט די פרואוון פון עטליכע לענדער אינעם מיטל מזרח ראיאן אנצוהייבן דיפלאמאטישע געשפרעכן, זאגנדיג אז עס איז נישט צייט פאר א פייער אפשטעל, און טראמפ האט געזאגט אז אלע לענדער מוזן טאן מער צו פארזיכערן דעם הארמוז וואסער וועג.
 


גאלף לענדער פארלירן לוקסוס גלאנץ

מיטל-מזרח – די מלחמה אין איראן האט געברענגט א זייטיגע אבער אומגעהויערע קאסטן פאר די רייכע אראבישע גאלף לענדער, אז עס האט פארלוירן דעם לוקסוס גלאנץ וואס זי האט זיך ערווארבן אין די לעצטערע יארן. די לענדער ווי סאודי אראביע, יונייטעד אראב עמירעיטס און קאטאר האבן געארבעט זיך אהערצושטעלן מיט אן אימעדזש אלס א דעסטינאציע פון סטאבילע לוקסוס אנע זארגן, אבער די נאכאנאנדע איראנער אטאקעס אין די לעצטע וואכן צעשמעטערט די אילוזיע.


קובא באשטעטיגט אמעריקע געשפּרעכן

האוואנא – דער קובאנער פּרעזידענט מיגועל דיאז-קאנעל האט באשטעטיגט אז קובא האט געפירט געשפּרעכן מיט די אדמיניסטראציע פונעם אמעריקאנער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ, אינמיטן וואס דאס לאנד פּלאגט זיך מיט אן ערנסטע עקאנאמישע קריזיס געטריבן דורך אן אמעריקאנער אויל בלאקאדע. דער מעלדונג איז געקומען אינאיינעם מיט א נייעס אז קובא וועט באפרייען 51 פּאליטישע ארעסטאנטן אדאנק דרוק פון אקטיוויסטן און שלוחים פונעם וואטיקאן אין רוים.


געהיימע באזיך פון געוועזענער מיניסטער דערמער אין סאודי אראביע
 
אן אמעריקאנער נייעס אגענטור באריכטעט אז דער געוועזענער מדינת ישראל מיניסטער רון דערמער, וועלכע איז נאנט צום מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער, האט אפגעהאלטן א געהיימע באזיך אין סאודי אראביע צו דיסקוסירן א פייעראפשטעל אויפ'ן צפון פראנט. די באריכט קומט א טאג נאכדעם וואס א צווייטע באריכט האט אנגעגעבן אז לבנון האלט אינמיטן פארמירן א דעלעגאציע צו קענען אפהאלטן דירעקטע געשפרעכן מיט מדינת ישראל.  דערווייל איז נישט געקומען קיין שום מעלדונג דורך לענדער פארמישט דערין איבער פארשריט אין ריכטונג פון ערענסטע געשפרעכן.
 

ווארנונג איבער פארזיך פון איראן דורכצופירן אטאקעס אויף אידישע צילן איבער די וועלט
 
מדינת ישראל באאמטע ווארענען איבער א ברייטע פארזיך וואס איראן פירט אן דורכצופירן אטאקעס אויף אידישע און מדינת ישראל צילן איבער די וועלט. זיי זאגן אז זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגן האט איראן גאר שטארק אויסגעברייטערט אירע פארזיכן דורכצופירן אטאקעס, און די ארבייט עס אפצושטעלן איז פיל מער ווי אמאל.  אין די זעלבע צייט ווייזט א באריכט אז אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער די וועלט איז געשטיגן מיט 20 פרצאענט זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגן.  דורכאויס די לעצטע וואך צייט האט די גרופע דאקומענטריט 137 אנטיסעמיטישע אינצידענטן איבער די וועלט, אריין גערעכענט 27 פעלער פארבינדן צו די מלחמה אין איראן.
 

ניסים: ריזן שטיק פון איראנער מיסיל געפאלן פרייטאג נאכמיטאג פארנט פון ביהמ"ד
אין ירושלים, ב"ה קיין געשעדיגטע

 
ירושלים - אידן אין ארה"ק לעבן שוין צוויי וואכן אינעם אנגעצויגענע מלחמה צושטאנד מיט נאכאנאנדע ווארענונג פייפערס און פאלענדע שראפנעל פון איראנער מיסילס אדער מיסיל אראפשיסער, טראץ וואס פילע הייזער זענען שוין געשעדיגט געווארן, אזוי אויך איז פארהאן עטליכע פארוואונדעטע, איז ב"ה נישט פארהאן קיין פאטאליטעטן פון מיסיל אטאקעס זינט צוויי וואכן צוריק זונטאג. 

דעם פרייטאג נאכמיטאג האט זיך ווידער אנגעזען דעם שמירה עליונה ווען ווארענונג פייפערס האבן זיך צוקלינגען אין ירושלים צוליב פליענדע מיסילס און גאנצע 7 מינוט שפעטער איז געפאלן א ריזן שטיק פון אן איראנער מיסיל וואס וועגט צענדליגער פונט הארט נעבן ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף די גבעת משה גאס. בחסדי שמים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן טראץ וואס עס איז א צייט וואס די גאסן זענען געווענדליך פיל מיט פיסגייער און איז אויך געפאלן א שיין ביסל צייט נאך די סירענעס האבן זיך פארלאשן.
 

קייט פון אנטיסעמיטישע באמבע אויפרייסן אין אייראפע דורך פרא איראנער טעראר גרופע
 
אייראפע - פרייטאג פארטאגס האט אן אויפרייס אויפגעטרייסלט צענטראל ראטערדאם, אין האלאנד, נאך א באמבע אויפרייס וואס האט פאסירט ביים אריינגאנג צום גרויסן שוהל אין שטאט, אין רעזולטאט האט די געביידע געליטן שאדנס. עס איז ב"ה נישט באריכטעט געווארן קיין געשעדיגטע.

שבת פארטאגס איז די געביידע פון די חרדישע תלמוד תורה אין שטאט אמסטערדאם געצילט געווארן אין א באמבע אטאקע. קורצליך נאך ביידע אטאקעס האט די ׳האראקאט אשאב על-כאף׳ פרא-איראנער טעראר גרופע ארויסגעשטעלט א רעקארדירונג פון זייערס א מיטגליד ביים דורכפירן די באמבע אטאקעס. דאס איז די זעלבע גרופע וואס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די באמבע אטאקע אויף די שוהל אין ליעזש פארלאפענע מאנטאג פארטאגס, ווי מיר האבן דא באריכטעט. 

די פאליציי האט געמאלדן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג.
 
 
'פליי-דובאי' האט געמאלדן אז די עירליין גייט סוספענדירן אירע פלייטס אריין און ארויס פון ארץ ישראל ביז קומענדיגע אפריל 30 למס'

די מעלדונג פון די דובאי-באזירטע עירליין קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס די עירלין האט צוגעשטעלט עטליכע ספעציעלע פלייטס צו העלפן מדינת ישראל בירגער געשטראנדעט אין דובאי אנקומען קיין ארץ ישראל.  אין אנדערע נייעס האט דער עגיפטישער פרעזידענט על סיסי אפגעשיקט א מעסעדזש פון שטיצע פאר קאטאר און אנדערע גאלף לענדער וועלכע ווערן געצילט דורך איראן.  די מעסעדזש איז געווארן מיטגענומען דורך עגיפטן'ס אויסערן מיניסטער בּאַדאַר אבדעלאטי, וועלכע איז אנגעקומען קיין קאטאר אלץ ערשטע אפשטעל פון א גרעסערע טור אין די גאלף ראיאן.
 
Click here to fill in you deatils
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

"פייגל טארנעידא" אין פענסילוועניע
 
פּענסילוועניע – טויזנטער עמיגרירנדע "שניי קאטשקעס" האבן געשאפן א דראמאטישע "פייגל טארנעידא" ווען זיי האבן זיך פּלוצלינג אלע אויפאמאל אויפגעהויבן פונעם רעזערוואר אין די "מידעל קריעק" וואלד אין פּענסילוועניע, שאפנדיג הערליכע און וואונדערליכע נאטור סצענעס פאר מענטשן וואס זענען געשטאנען דארטן און זיך פארזאמלט מיטצוהאלטן דעם ספּעקטאקל, וויסנדיג פון פאראויס דאס צו ערווארטן. די קאטשקעס האבן פאר א וויילע צירקולירט העכער'ן טייך, בעפאר'ן פליען צו ארומיגע פעלדער זיך צו אנפיטערן.
 
הערשי רוטנבערג - הודו לה' כי טוב
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
NAVIGATION CONFERENCE
Matza Parade
Reception boys in Pardes House Primary school- London

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit - Download here
Linkit 2 - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
Gateshead Kehilla Advertiser - Download here
The NW London Local news - Download here
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

KEDEM ESTATES: Blush Chablis / Cabernet Soft / Red Chablis / £101 BOX of 6 07814375591


צו פארקויפן שיינע מזוזות פון א סופר מיט א תעודה בתוקף רופט :07974915472


For sale in Jerusalem in the new neighborhood of Gilo of Avrechim Bnei Torah 5 rooms + a huge balcony Sukkah of 70 meters. Price 1.3M pounds 07310122555

                                   TO LET                                  

OFFICE TO LET
1- Desk Office Room to Rent in Amhurst Parade
Bills & internet included.
For more details call 020 3745 8020 Or Ad...@blossomestates.co.uk
1 bedroom flat for sleeping on Castlewood Rd.
Available from 31.03 to 30.04. Call : 0735 253 6791.
2 New Offices to let on Grosvener Way. All bills included. 07737824208
Ground floor office to rent – two rooms, located on Filey Avenue.
For further details please call 07976 037 619.
4 bedroom small ex council house to let in Theydon area for £3800 ono, call/text 07507966754
To let: a flat of 3.5 big rooms for office use, in heart of Clapton Common area. 07887327123

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          
Job Opportunity: Are you a people person with an understanding of software, have a few hours a day, and want to earn well? We want to hear from you. Please email a CV to in...@arbyte.co.uk - Ref: RSP
האט איר לייסענס? א side job מיט גוטע פארדינסטן-עס לוינט זיך!!
דרייוו א חדר ווען אפי' נאר איינצעלנע שעות און פארדינט שיין. 07308-273-289

                                 LOOKING                                  
 
בית מדרש בשכונת סטמפורד היל מחפש מקום לתפילות בימות החול ובשבתות, המתאים ל־60–70 מתפללים.
מוכן לשלם טוב. רופט 07464490080
Looking to exchange a 7/8 seater car in London with 7/8 car in Israel for pessach  pls call 07700164250
Urgently looking for a 2 bedroom flat, £400 finder’s fee. Call 07934819529.

                                     MISC                                    

פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי, קִרְבַת אֱלֹקִים לִי-טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון.
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימע בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
Children with ADHD struggle with emotional regulation amongst many other difficulties. Martial arts has been proven to improve their ability to self regulate and enhance focus. New group of self defence for boys starting next week. Small group. Heimishe instructor. Boys age 10-12. This group will take place during cheder hours. For more information and to book your son in please call/text Mrs Linshe 07956039537

                                השבת אבידה                               


                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ב ויקרא 160326 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages