טעגליכע לוח היום לונדון - דאנערשטאג כ"א כסלו תשפ"ו

24 views
Skip to first unread message

Luach Hayom

unread,
Dec 11, 2025, 4:50:51 AM (11 days ago) Dec 11
to לוח היום אימעיל

טראמפ פרעשורט אוקראינע צו אקצעפטירן שלום פארשלאג מיט רוסלאנד
 
וואשינגטאן – דאנאלד טראמפ האט נעכטן פארשטארקערט זיין דרוק אויף אוקראינע, זאגנדיג אז זיי מוזן אקצעפטירן דעם שלום פארשלאג וואס ער האט אריגינעל ארויסגעשטעלט מיט עטליכע וואכן צוריק, ווייל ווי לענגער די מלחמה ציט זיך, אלס מער פראבלעמאטיש ווערט עס פאר אוקראינע.

טראמפ זאגט אז לויט ווי זאכן אנטוויקלען זיך יעצט, האט רוסלאנד דער אויבערהאנט, און צוליב דעם קען נישט אוקראינע זיין פארנומען מיט'ן שטעלן פארלאנגען. אבער אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי האט דאס אפגעווארפן און געזאגט אז אנע זיכערהייט גאראנטיעס איז נישטא קיין דיעל.
 

רוסן העלפן כינע אין קריגעריי מיט יאפאן
 
מאסקווע – רוסישע מיליטערישע פליגערס האבן זיך נעכטן אנגעשלאסן מיט א גרופע כינעזער מיליטערישע פליגערס, און זיי זענען אינאיינעם געפלויגן אריבער יאפאנעזער טעריטאריע. עס קומט אינמיטן פארשארפטע אנגסט צווישן כינע און יאפאן, איבער א יאפאנעזער באשולדיגונג אז כינעזער פליגערס האבן אנגעשטעלט אטאקע-ראדאר סיסטעמען אויף עטליכע פון אירע פליגערס אין אינטערנאציאנאלע וואסערן. די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געזאגט אז זיי נעמען יאפאן'ס זייט אין די קריגעריי.
 

טראמפ: מאדורא'ס טעג זענען געציילטע

קאראקאס – דער אמעריקאנער פרעזידענט האט געלאזט הערן פרישע שארפע ווערטער אין ריכטונג פונעם ווענעזועלער דיקטאטור ניקאלעס מאדורא, זאגנדיג אז זיינע טעג אלס פירער אין זיין לאנד זענען געציילטע. טראמפ האט נישט געוואלט אויסשליסן די מעגליכקייט אז אמעריקע וועט אריינשיקן ערד טרופן אין ווענעזועלע. ער האט ווידערהאלט אז די ווענעזועלער באפעלקערונג איז א וואונדערבארע פאלק און עס קומט זיך זיי א פירער עמיצער פיל בעסער ווי מאדורא.
 


נייע געריכט איבער מאלאזיע "פלייט 370"

בעיזשינג – א געריכט אינעם כינעזער הויפטשטאט בעיזשינג האט געאורטיילט אז "מאלאזיע עירליינס" דארף באצאלן 2.9 מיליאן יואן, וואס קומט אויס 410,000 אמעריקאנער דאלער, פאר יעדע פון די פאמיליעס פון אכט כינעזער פאסאזשירן וואס האבן זיך געפונען אויף די פארשוואונדענע "פלייט 370" פליגער. דער געריכט האט געאורטיילט אז די פאסאזשירן זענען לעגאל טויט און דעריבער דארף די עירליין געבן פארגיטיגונג פאר'ן טויט, באגרעבעניש קאסטן און עמאציאנאלע שאדנס פון די פארצויגענע אוויאציע מיסטעריע.
 


פארגעסענע בערלין אידישע הייזער געפונען

בערלין – ארכעאלאגישע גראבונגען אין צענטראל בערלין האבן אויפגעדעקט לאנג-פארלוירענע איבערבלייבענישן פון אידישע הייזער און ביזנעסער וועלכע זענען קאנפיסקירט געווארן דורך די נאציס און שפעטער געווארן אפגעווישט און פארגעסן דורך מלחמה באמבארדירונגען און ווידעראויפבוי נאך די מלחמה. בערלין אנטוויקלט א ריזיגע אפענע פעלד פון 7.2 אקער-לאנד אלס א פובליק פארק און דארטן האט מען געטראפן די איבערבלייבענישן פון אידישע הייזער, וואס זענען אגב קיינמאל נישט געווארן צוריקגעקערט אדער פארגיטיגט.
 


ערב חנוכה פארזאמלונג דורך עף-בי-איי
 
ניו יארק – א ספעציעלע ערב חנוכה צערעמאניע איז דורכגעפירט געווארן אין די אפיס הויפטקווארטירן פון די עף-בי-איי אגענטור אין ניו יארק. צווישן די וועלכע האבן דארטן אנטיילגענומען איז געווען דער אידישער ניו יארק סיטי פאליציי טשיף ריטשי יחיאל טעילאר, לאו ענפארסמענט טשאפלעינס און עסקנים הר"ר בעריש פרייליך הי"ו און הר"ר אברהם יעקב פרידמאן הי"ו, צווישן אנדערע געלאדנטע געסט. עס איז די ערשטע אין א צאל רעגירונג אראנדזשירטע חנוכה צערעמאניעס אויפן לאקאלן און פעדעראלן שטאפל.
 
דריקט דא צו זעהן לייוו די לוח הזמנים והמנינים בביהמ"ד ביאלא

א קריגעריי איבער אותיות
 
וואשינגטאן – סעקרעטערי אוו סטעיט מארקא רוביא האט פארארדענט די סטעיט דעפארטמענט זיך צוריקצוקערן צו נוצן די באקאנטע ערנסטע "אות" מיט'ן נאמען "טיימס ניו ראומען" אין אלע אפיציעלע דאקומענטן. ער האט דערמיט אנולירט א ביידען עפאכע שריט וואס האט געטוישט אלע סטעיט דעפארטמענט דאקומענטן צו די מער פליסיגע "קאליברי" אות. אונטער ביידען האט מען געטוישט צו "קאליברי" צוליב עס ווערט באטראכט אלס א מער לויזע דעזיין און עפעס וואס מענטשן מיט דיסעביליטיס קענען בעסער ליינען, אבער רוביא זאגט אז "קאליברי" איז נישט פראפעסיאנאל.
 
יושע בערקא & שרולי אלטמאן - ביי דיר ביי מיר
לכל הטעימות משיעורי הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א
עסקנים פון אלע גרעסערע קהילות און שטאט ביים די וויכטיגע אסיפת לקראת דער מחאה האדירה היינט

האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  

off...@luachhayom.com
 
T&C Apply 
Midweek A - Download here
Midweek B - Download here
The weekly view - Download here
The simchah view - Download here
Linkit A - Download here
Linkit B - Download here
שבת בשבתו - דריקט דא
News Update - Download here
The NW London Localnews
Koopjes plus Antwerp - Download here
North Manchester Circular - Download here

!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך

 
                                 FOR SALE                               

Wholesale vapes (cheapest in town we don't sell MYLE) please call/text 07709886000
למכירה עסק לרפואת העור אלטרנטיבית, כולל קליניקות פעילות, פורמולות מוכחות. מעל 10 שנות מוניטין £175k התקשר 07799557403
Amazon account for sale – 5 years old, with lots of good feedback. Call: 07592036405
For sale: 2009 grey Toyota Prius hybrid, 87,800 miles, excellent, second owner, full service , MOT - June 26
,Tax 1 July 26, new tyres, smooth drive, reversing camera. £6,500. 07877000338.
For Sale 11 Garages in Luton (needs work) asking 67.5k call/text 07368526926
Brand new purple Skechers, size 4.5, RRP £75, selling £50, wrong size. Call 07903306523.
!שענסטע און גרעסטע מנורה אויסוואל
איבער 250 מנורות אין געשעפט – ביליגסטע פרייזן- קען ווערן באצאלט צוביסלעך
מחותנים exclusive  10%אראפ פון מנורה פרייזן + א מתנה א זילבערנע דריידל


BLACK DECEMBER ONLY AT KEZKIOSK: GET MEMBERSHIP FREE + 30% OFF ALL PACKAGES!


                                   TO LET                                  

A 100-square-meter space available to rent for office use in the Oldhill Street area, 3rd floor.
For more details, please contact office...@gmail.com
Beautifully furnished one bedroom flat in upper clapton area available immediately for short term until mid January. Call/text 07369244010
New cars for long-term rental for £400 a month. Age 25+. Call: 07599095783.
SHORT TERM LET
2 Bedroom Flat - Leabourne Road
First Floor Perfect for Mechutanim or guests
Fully furnished & well-equipped
Within the Eiruv 1 minute from Biala Please call or Text 07423 962 010
serviced office desk 130 clapton £50 pw 07904 796029
3 bed maisonette for rent, 2 nd floor, Upper Clapton, £3100/ month. Please call or text  07770705415
A nice studio flat to rent in cazenove area for £1250 per month all bills included. email in...@capitallettingsgroup.co.uk
‘’Offices to let – Bruce Grove. Easy access, plenty Parking. Please call 020 8802 1800.’’
Self contained office with space for 1-2 desks available Ferndale / High Road 07989996235

          JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY          

A local men's clothing shop is looking for a worker for morning or afternoon long-term 
well-paid job 
Please email: Jobof...@gmail.com Or text 07359586107
JOB OPPORTUNITY - ארבעטס געלעגנהייט 
געזוכט א פלייסיגע ארבייטער מיט UK לייסענס (Automatic איז גוט), שווערע פיזישע ארבעט (שלעפן שווערע חפצים) געשמאקע ענווייערמענט, גאר שיין באצאלט, מיט א פאטענציאל צו פארדינען פראצענטן פון די רווחים.
פאר מער פרטים רופט 
07383886057 אדער 07356229904
א מוסד זוכט א ווען דריווער אונצהייבן גלייך גוט באצהעלט זייער פאסיק פאר יונגלייט וואס זוכן א חלק טאג ארבעט ( מען קען בלייבן אין כולל ) רופט/טעקסט 07775-925-060
Local greengrocer is looking for a shop manger please call or text 07770493648

                                 LOOKING                                  

געזיכט א שליח פון לאנדאן קיין ניו יארק א פקעל פאר באצולעט 07776412374
מחפשים גרפיקאי שיעבוד מהבית לפרטים יש לשלוח אימייל sabbat...@gmail.com
Looking to change a large 6 bed house with basement in clapton area ,
to a smaller house near vartry road etc , , 
please reply to email 
extrain...@gmail.com
will be kept confidential

                                     MISC                                    

Bookkeeper with experience available to work remotely, approx 8-10 hrs per week. References available upon request. Mrs L 07393082327
We set up your S&P 500 Chasuna plan for only £150 a child or £300 for your entire family - 020 3488 8052
מיר בויען אויף אַלע אייערע סארטן Furniture – פון גרויס ביז קליין. רופט שמחי: 07972590136
האט איר קרעדיט קארד חובות? מיר נעמען אראפ די אינטרעסט ביז 0%
Rate Fix 02030921193
 שעות פתיחה 1-6



                                השבת אבידה                               

                             TO GIVE AWAY                             


שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם.
 
Receive our daily luach via WhatsApp
by joining the link below 
Luach Hayom via WhatsApp
דריקט דא צו זעהן אלע גליונות פון דער לוח היום
דריקט דא צו אריילייגן א שמחה אין דער לוח היום
דריקט דא צו צולייגן א מנין צום רשימה
Sent by: The Luach Hayom London
To subscribe: ne...@luachhayom.com
To advertise here with us: in...@luachhayom.com
020-3657-2230           |           www.luachhayom.com
ה וישב 111225 2_compressed.pdf
Reply all
Reply to author
Forward
0 new messages